זונטאג מטו"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג מטו"מ=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:00 אזייגער.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר חיים שאול קאהן הי"ו - ק"י.
ב"ר יעקב יערמיאש הי"ו - מאנסי.
ב"ר יעקב ב"ר דוד פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
בעל תפילה: הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו - קרית טאהש.
נאכן דאווענען זענען די פילע געסט וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש אריבער זיך געזעגענען,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים וויאזוי מען פירט זיך על אם הדרך,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די וויכטיגקייט פון חזרת הלימוד.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:55.
בעל תפילה: ר' אברהם שלמה צין הי"ו - מאנטריאל.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:35.
א גוטע נאכט.
~🌴~