שבת קודש פרשת פנחס - מבה"ח מנחם אב בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת פנחס - מבה"ח מנחם אב בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר=
אויף שב"ק האבן געוויילט די תלמידי המתיבתא סניף דברי יואל.
נאך די מקוה האט דער רבי מזכה געווען די פת פאר די עירובי חצרות פונעם עירוב וואס ווערט געמאכט ביים ביהמ"ד,
דערנאך האט דער רבי אנגעצינדן פינף לעכט ביים עמוד לרגל די יארצייט פון אמו הרבנית הצדיקת ע"ה וועלכע איז געפאלן שב"ק כ"ג תמוז,
דערנאך האבן נכד רבינו הב' יואל דושינסקיא ני"ו, הב' נפתלי הערש בהר"ר נחום שמשון שווארטץ שליט"א, הב' יצחק הערש ב"ר יואל שטערן הי"ו, הב' אשר זעליג ב"ר חיים ישראל קלאגסבאלד הי"ו - לאנדאן, הב' שמואל זאנוויל בהר"ר יואל בר"ש בערגער שליט"א, הב' יחזקי' פייביל וויינבערגער הי"ו, הב' שמואל יודא ב"ר אנטשיל זאלדאן הי"ו, איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה.
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
במשך גאנץ שבת איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו אלע תפילות לרגל די יארצייט פון אמו הרבנית הצדיקת ע"ה,
מזמור לדוד הבו לה' האט דער רבי פארגעזאגט פסוק בפסוק,
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם ביהמ"ד דקהל יראים צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה און פילצאליגע געסט אנשי שלומינו.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
הגבהת הכוס: נכד רבינו הר"ר ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א - מאנסי.
מנוחה ושמחה: הר"ר אברהם יושע ווערצבערגער שליט"א - ר"מ בישיבה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש צו מען האט געהאט א דין בן נח אדער א דין ישראל פאר מתן תורה.
קה אכסוף: הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א - ר"מ בישיבה.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם ראש השושלתא מרן הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע וואס די יארצייט געפאלט קומענדיגן דאנערשטאג כ"ח תמוז.
קה רבון עלם: הר"ר מיכל בערקאוויטש שליט"א בן הגאון הגדול דומ"ץ ק"י שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אברהם יעקב מערמלשטיין הי"ו - ק"י.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:50.
~וביום השבת~
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו פסוקי דזמרה און תפילת שחרית,
הלל הגדול און די שירה האט דער רבי פארגעזאגט פסוק בפסוק.
פארן ליינען איז פארגעקומען די אפיעל פארן ביהמ"ד דורך הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה יצחק פריעד הי"ו - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו - קרית טאהש.
בעל קורא: הב' משה בהר"ר יצחק קויפמאן שליט"א - ק"י.
כהן: הב' הבר מצוה ב"ר חיים שאול קאהן הי"ו.
לוי: הב' הבר מצוה ב"ר יעקב יערמיאש הי"ו - מאנסי.
שלישי: הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א.
רביעי: הבה"ח שמואל ב"ר הערשל ניישטאדט הי"ו - ב"פ.
חמישי: הרה"ח ר' יעקב יצחק שטיינמעטץ הי"ו - ק"י.
דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
שביעי: הרה"ח ר' אברהם הערש פריעד הי"ו - מאנטריאל.
הוספות: הרה"ח ר' ישראל שטערן הי"ו - ב"פ.
הרה"ח ר' יוסף הערש גרינפעלד הי"ו - מאנטריאל.
הרה"ח ר' יעקב ברוינער הי"ו - ב'"פ.
הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו.
הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו - ב''פ.
הרה"ח ר' יעקב פריעד הי"ו - ק"י.
הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד הי"ו - וומ"ס.
הבה"ח שאול משה ב"ר יקותיאל יודא מאלח הי"ו - ק"י.
הרה"ח ר' דוד ראזענבערג הי"ו - מאנטריאל.
הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א.
הרה"ח ר' מענדל לעבאוויטש הי"ו - ב''פ.
הרה"ח ר' חיים לאנדא הי"ו - ק"י.
הר"ר אברהם יעקב יאקאב שליט"א - ר"מ בישיבה.
הרה"ח ר' יוסף משה פריינד הי"ו - ב"פ.
הרה"ח ר' מרדכי וועכטער הי"ו.
אחרון: הרה"ח ר' אהרן מתתי' דייטש הי"ו - מאנסי.
מפטיר: הר"ר חיים אלישע שטערן שליט"א - רב דקהל חסידים בעיסוואטער.
הגבה: הרה"ח ר' שלום פנחס באנדא הי"ו - קרית טאהש.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם גאלדבערג הי"ו - קרית טאהש.
מען האט געזאגט די הפטורה פון פרשת מטות און מסעי.
דער רבי האט געבענטשט ר"ח מיט גרויס התעוררות און צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף.
פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 1:20.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום קידושא רבא לרגל די יארצייט,
דער רבי האט געמאכט קידוש און טועם געווען מזונות און פיש,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי נאכגעזאגט אז דער הייליגער שינאווער רב זי"ע האט אנגעוואונטשן ביי די ערשטע יארצייט פון אביו דער הייליגער צאנזער רב זי"ע אז די נשמה זאל האבן אן עלי' און געזאגט אז יעדע נשמה נישט קיין חילוק ווי הויעך עס איז דארף נאך אלץ האבן אן עלי', און דער רבי האט מסיים געווען און אנגעוואונטשן אז די נשמה זאל האבן אן עלי',
מען האט געענדיגט ארום 1:40.
דער רבי איז אריבערגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ודברי תורה ארום 3:05,
מען האט געזינגען ניגוני גלות וגאולה,
דער רבי האט טועם געווען חלה און קוגל און געוואונטשן לחיים,
דער רבי האט מכבד געווען מיט די זמירות,
ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו.
ברוך קל עליון: הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו עס איז דא א מודעא.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב ליפא טייטלבוים שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 3:45.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:50.
נאך קדיש האט זיך דער רבי מתעטף געווען מיטן טלית מיט א ברכה און צוגעגאנגען צום עמוד,
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' הערשל בראדער הי"ו - ק"י.
בעל קורא: הרה"ח ר' יודא פריעדמאן הי"ו - ק"י.
כהן: הר"ר זלמן לייב ברש"מ פריעדמאן שליט"א - ר"מ בישיבה.
לוי: הר"ר יואל גרובער שליט"א - ר"מ בישיבה.
שלישי: הב' המשב"ק שניאור זלמן עקשטיין ני"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הב' משולם ישכר בהר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א - מאנסי.
ביי של"ס איז דער גאנצער ציבור אריבער נעמען שיריים פון די פיש.
דער רבי האט מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' ישראל שטערן הי"ו.
שיר המעלות: הר"ר אברהם יעקב יאקאב שליט"א.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן השיב את חמתי מעל בני ישראל' און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז יעדע איד האט די שם הוי"ה אויף זיין פנים אבער אויב גיבט מען זיך נישט אכטונג אויף די אויגן פארלירט מען עס, און פאר דעם איז די ביהמ"ק חרוב געווארן וויבאלד מען איז נישט געווען אפגעהיטן בעניני קדושה ושמירות עינים,
און דער רבי האט ארומגערעדט דברי מוסר אז יעצט ווען מען שטייט אין די ימי בין המצרים און 'כל שלא נבנה ביהמ"ק בימיו כאילו נחרב בימיו' במילא אויב איז די ביהמ"ק חרוב געווארן צוליב די חטא פון שמירות עינים דארף מען אין די טעג מאכן גדרים וסיגים אין שמירות עינים און אזוי וועט מען זוכה זיין צו ביאת גואל צדק בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יוסף קליין הי"ו - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו - מאנסי.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון זקינו מרן הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע וואס געפאלט דעם דאנערשטאג כ"ח תמוז.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, און הב' משולם ישכר בהר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א האט איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה.
מען האט געענדיגט ארום 11:15.
ארום 12:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו מלוה מלכה בהיכל הביהמ"ד לרגל די יארצייט פון זקינו מרן הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע וואס געפאלט דעם דאנערשטאג כ"ח תמוז,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט מען געזינגען זמירות למלוה מלכה,
מען האט געזינגען אני מאמין בביאת המשיח פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התעוררות,
דערנאך האט דער רבי פארציילט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא פאר א לענגערע צייט ובפרט מעשיות פון די גרויסע השתוקקות פונעם בעל הילולא צו ביאת המשיח,
מען האט געענדיגט ארום 1:10.
א גוטע וואך.
~🌴~