פרייטאג פנחס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג פנחס=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יושע שלמה פעקעטע הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער זכרונות פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אין שעראן ספרינגס.
=זמנים לשבת קודש בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר=
זמן הדלקה"נ: 8:11.
תפילת מנחה: 8:50.
עריכת שלה"ט: ארום 15 מינוט נאכן גוט שבת זאגן.
שחרית: 9:30.
נאכן דאווענען וועט פארקומען א קידושא רבא לרגל די יארצייט פון אמו של מלכות הרבנית הצדיקת פעסיל לאה בת רבי אהרן ע"ה.
דער רבי וועט אריינקומען צו די זמירות ודברי תורה אין ביהמ"ד ארום איינס און אהאלב שעה נאכן דאווענען (ארום 2:45).
מנחה ושלו"ס: 8:50.
זמן מוצש"ק 9:37.
מען וועט קענען מיטהאלטן א הוקאפ פון שלו"ס פון עטליכע מינוט נאכן זמן מוצש"ק אויף קול סאטמאר אויף 3-1-1.
מוצש"ק ארום 12:30 וועט רבינו שליט"א אריינקומען צו מלוה מלכה בהיכל הביהמ"ד לרגל די יארצייט פון מרן ראש השושלתא הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע וועלכע געפאלט דעם קומענדיגן דאנערשטאג כ"ח תמוז.
א גוט שבת.
~🌴~