מיטוואך פנחס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך פנחס=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:40.
בעל תפילה: ר' שלמה מנשה ברמ"ד היילברוין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די ידידות פונעם הייליגן קדושת יו"ט זי"ע מיט הרה"ק רבי רפאל גרויס זצ"ל מבערבעשט.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:10.
בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו - ק"י.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:40.
א גוטע נאכט.
~🌴~