מאנטאג פנחס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג פנחס=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:40.
בעל תפילה: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו - וומ"ס.
בעל קורא: ר' יוסף בר"א סימאן הי"ו - ק"י.
עליות:
כהן: הרה"ח ר' זושא ווייס הי"ו - ק"י.
לוי: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו.
שלישי: רבינו שליט"א, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' בערל קאצנער הי"ו - ב"פ, און דער רבי האט זיך באדאנקט.
הגבה: הגה"צ ר' יוסף מענדל פאנעט שליט"א - אדמו"ר ממעגלי צדק דעעש ב"פ.
גלילה: הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו - ב''פ.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:00.
בעל תפילה: הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א - ק"י.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:40.
א גוטע נאכט.
~🌴~