שבת קודש פרשת בלק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת בלק=
ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:40.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר כוללינו 'מבצר הלומדים' אין וומ"ס.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 11:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרב יוסף נפתלי לייפער שליט"א - בית שמש.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרב יוסף נפתלי לייפער שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ויגר מואב מאוד כי רב הוא און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא צו מען זאגט בל ייחל ביי א גוי.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יעקב יאזשעף הי"ו - ב"ב.
ברכת המזון: הגה"צ רבי אברהם עקשטיין שליט"א - גאב"ד בוענעס איירעס וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון זקינו הרה"ק רבי משה דוד אשכנזי זצ"ל מטאלטשאווע וואס די יארצייט געפאלט דעם מאנטאג י"ח תמוז.
קה רבון עלם: הרב נחמן בראך שליט"א - בית שמש.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' יואל בר"מ ווידער הי"ו.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו - קרית טאהש.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:50.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45.
ברכות: הר"ר יואל בר"ב שטיין שליט"א - וומ"ס.
פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א - מו"ץ.
הולכת הס"ת לבימה: הר"ר יוסף הערש מיללער שליט"א - וומ"ס.
כהן: הרה"ג ר' אהרן איזריעל שליט"א - ראה"כ ברך משה דקהלתינו הק' מאנסי.
לוי: הרה"ח ר' יושע ארי' גראס הי"ו.
שלישי: החתן מרדכי בהר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א.
רביעי: החתן אלימלך ב"ר אהרן זאב פאלאטשעק הי"ו.
חמישי: החתן דוד ארי' ב"ר אשר יצחק ווידער הי"ו.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' אברהם שלמה איזראעל הי"ו.
שביעי: החתן אברהם צבי ב"ר שמואל לאנדא הי"ו.
אחרון: ר' שלום עמרם צוויבל הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
מפטיר: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' וואלף בר"מ לאנדא הי"ו.
גלילה: הב' אלעזר בהרה"צ רבי חיים מאיר טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון אמה של מלכות הרבנית הצדיקת ע"ה וואס געפאלט דעם קומענדיגן שב"ק כ"ג תמוז.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שלום יוסף הערשקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 12:25.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:05.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' חנני' שמואל ווערצבערגער הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מרדכי בער מאשקאוויטש הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' מענדל מאיר גליק הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' יעקב יאזשעף הי"ו.
שלישי: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם גוטמאן הי"ו - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' שמחה יאזשעף הי"ו - לאנדאן.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'כי מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו' און ארויסגעברענגט אז תשובה ניצט נאר ביי כלל ישראל וויבאלד מען שטאמט פון יעקב אבינו וואס איז מידת האמת, משא"כ די אומה"ע וואס זענען דבוק במידת השקר ניצט נישט קיין תשובה וויבאלד א שקרן קען נישט זיין במחיצת הקב"ה, און דאס איז געווען די סיבה פון חורבן ביהמ"ק וויבאלד כלל ישראל איז נישט נזהר געווען במידת האמת האט הקב"ה נישט מקבל געווען זייער תשובה אויף די הארבע עבירות,
דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי מוסר זאגענדיג אז מען טרעט יעצט אריין אין די ימי בין המצרים דארף מען זיכער מאכן זיך צו מחזק זיין נאר דבוק זיין אין מידת האמת און זיך מרחק זיין פונעם מידת השקר, און אין דעם זכות וועט מען זוכה זיין אז והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה בביאת גואל צדק בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון אמה של מלכות הרבנית הצדיקת ע"ה וואס געפאלט דעם קומענדיגן שב"ק כ"ג תמוז.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, און מען האט ארויסבאגלייט בשירה וזמרה מיט כי מלאכיו לרגל דאס אפרייזן היינט זונטאג אויף מנוחת הנפש אין בעטלעהעם ניו העמפשיר.
מען האט געענדיגט ארום 11:30.
נאך הבדלה האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אהרן דוד ברא"י רובינשטיין ע"ה.
בביתו נאוה קודש זענען אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד דקהלתינו הק' בשכונת זרע קודש אינאיינעם מיט תושבי השכונה און חברי וועד הרחבת גבולי העיר ווי מען האט אויסגעשמועסט און איבערגעגאנגען די פלענער צו צובויען און פארברייטערן די יעצטיגע ביהמ"ד אינעם שכונה,
דער רבי האט אויסגעפרעגט אלע פרטים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 1:15 איז דער רבי אנגעקומען אויף א קביעות מזוזה אין ביהמ"ד החדש 'דברי שמחה ציעשנוב' בראשות הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן שער הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויפן ביהמ"ד,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און פאר אלע מתפללי הביהמ"ד,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען ברכת הקודש און ארויסגעברענגט די שיינקייט פון דעם ביהמ"ד מיט אירע פילע מתפללים און לומדים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן רב שליט"א ער זאל ווייטער קענען מלהיב זיין לבבות ישראל עד ביאת הגואל,
מען האט געענדיגט ארום 1:30.
~🌴~