דאנערשטאג בלק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג בלק=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ב"ר שמעון הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ווייסמאן הי"ו.
ב"ר נתן יואל שווארטץ הי"ו.
ב"ר נפתלי הירצקא בר"ש פריעדמאן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ו פסוק י"ב.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקודש פנימה ת"ת בית אברהם פון לעיקוואד,
דער רבי האט פארהערט די לימודים און די קינדער זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אהרן ברא"ש שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"א קויפמאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' משולם שמעי' פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' ליפא ראזענפעלד הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם יעקב מינקאף הי"ו און הרה"ח ר' יצחק לייב ווייס הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 7:50 ביז 1:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 9:15, און מעריב ארום 1:00 אזייגער בביתו נאוה קודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~