שבת קודש פרשת חקת
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת חקת=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן יצחק ב"ר חיים ישראל ווידער הי"ו,
החתן דוד ארי' ב"ר אשר יצחק ווידער הי"ו,
החתן יוסף ב"ר זלמן מענדלאוויטש הי"ו,
החתן מרדכי בהר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א,
החתן משה דוד ב"ר אהרן זאב גלויבער הי"ו,
החתן אברהם צבי ב"ר שמואל לאנדא הי"ו,
החתן יעקב ב"ר אהרן שווארטץ הי"ו.
ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:35.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 11:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' יחזקאל שרגא ט"ב ני"ו בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן נכד רבינו הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו - וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק זאת חקת התורה און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא צו מען גייט בתר רוב.
קה אכסוף: הרה"ג ר' נטע זילבערשטיין שליט"א - רב דביהמ"ד ישמח משה בראזיל.
ברכת המזון: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ ורב דביהמ"ד ברך משה וומ"ס.
ביי די מעשיות האט דער רבי פארציילט די ביטערע היסטאריע פון די טאג ו' חקת און ארומגערעדט איבער יענע תקופה, און דערנאך ממשיך געווען מיט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן אור החיים הק' זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן פרייטאג ט"ו תמוז.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' יחיאל מיכל בריזל הי"ו - בית שמש.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' מאיר אלכסנדר קליינמאן הי"ו.
אז ביום השביעי: הר"ר יוסף פאנעט שליט"א - מאנסי.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:45.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות: הרהח ר משה פאלקאוויטש הי"ו.
פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' שמואל לאנדא הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מענדל בער ווידער הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יושע גליק הי"ו - מאנסי.
הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' יושע פנחס ווייס הי"ו.
כהן: החתן משה ב"ר ישראל לייב כהן הי"ו - באווארפען.
לוי: החתן ישכר בער בהר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א.
שלישי: האדמו"ר מקאמארנע ב"פ שליט"א.
רביעי: החתן יצחק ב"ר חיים ישראל ווידער הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן אלימלך ב"ר אהרן זאב פאלאטשעק הי"ו - באווארפען.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל ברי"ל מאשקאוויטש הי"ו.
ר' יחיאל ברי"ח שטעסל הי"ו.
שביעי: החתן מרדכי בהר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א - באווארפען.
הוספות: החתן דוד ארי' ב"ר אשר יצחק ווידער הי"ו - באווארפען.
החתן אברהם צבי ב"ר שמואל לאנדא הי"ו - באווארפען.
החתן משה דוד ב"ר אהרן זאב גלויבער הי"ו - באווארפען.
החתן אהרן ב"ר אלטר משה קליין הי"ו.
החתן שמואל משה בהרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש ז"ל.
הר"ר יואל בערקאוויטש שליט"א, בן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
הר"ר יואל ברי"א וויינבערגער שליט"א.
אחרון: החתן משה ב"ר יואל ברא"מ מערמלשטיין הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
הגבה: הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א.
גלילה: הרה"ח ר' יעקב פארקאש הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה דוד אקערמאן הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יונה לעבאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אלימלך ברי"מ לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
די ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל נפתלי הירצקא גאלד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
מען האט געענדיגט ארום 12:50.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:55.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משולם שמעי' פריעדמאן הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' ישראל לייב כהן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יואל ברא"מ מערמלשטיין הי"ו.
שלישי: הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אנטשיל גאנדעל הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק על כן יאמר בספר מלחמות ה' און ארויסגעברענגט אז יעדע איד דארף האבן סיי די מדה פון ענוה און סיי די מדה פון גיאות דקדושה און מען דארף וויסן ווען צו ניצן וועלכע מדה,
די עצה וויאזוי צו קענען זיין א חכם און וויסן איז דורך גיין אין מקוה וואס גיין אין מקוה ברענגט דעת און אזוי קען מען ניצן יעדע מדה ווי עס דארף צו זיין,
דער רבי האט ממשיך געווען און שטארק מעורר געווען נזהר צו זיין צו גיין אין מקוה יעדן טאג אזוי ווי דער בעש"ט הק' און דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע האבן איינגעפירט, און בפרט איינער וואס איז א מרביץ תורה פאר תלמידים זאגט דער הייליגער מאור ושמש זי"ע אז מען דארף גיין אין מקוה יעדן טאג צו קענען זיין א מלמד תורה בטהרה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן משה ב"ר יואל מערמלשטיין הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' אברהם הערש קליין הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
דערנאך האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד הגדול, און דערנאך געוואונטשן 'א גוטע וואך און א גוטע חודש' פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 11:25.
נאך הבדלה איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש האדמו"ר מקאמארנע ב"פ שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 12:25 איז דער רבי אנגעקומען אויף קביעות מזוזה פארן צוגעבויעטן פליגל אין ביהמ"ד בית חיים יעקב דקהלתינו הק' וועלכע איז סטאנציאנירט אין די 'אייקאן' ביזנעס סענטער,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן שער הביהמ"ד און דערנאך ארום אינעם גאנצן ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט און דערביי געהערט א באריכט פון די הנהלת הביהמ"ד איבער די פלענער צו בויען א מקוה אינעם ביהמ"ד,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, פארן נדבן הביהמ"ד הרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין הי"ו, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די חשיבות פון גיין אין מקוה שבת אינדערפרי, און די הנאה אז מען גייט בויען א פריוויזארישע מקוה אויף ביז מען ענדיגט בויען די צענטראלע ביהמ"ד המפואר און מקוה פאר די געגענט, נאכזאגענדיג אז מען קען נישט זאגן קיין נשמת אן גיין אין מקוה פארדעם, דער רבי האט ממשיך געווען בדברי שבח פונעם חשוב'ן נדבן הביהמ"ד הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש הי"ו וועלכע האט אהערגעשטעלט די צייטווייליגע ביהמ"ד אויף ביז די קביעות'דיגע ביהמ"ד ווערט פארענדיגט, און מסיים געווען בברכת קדשו,
מען האט געענדיגט ארום 12:50.
דערנאך איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' מענדל בער בר"א ווידער הי"ו און ווערט אריינגעגעבן מארגן זונטאג בהרי הקעטסקילס,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' מענדל בער הי"ו, פאר אביו הרה"ח ר' אברהם הי"ו, און פאר די גאנצע משפחה.
א גוטע וואך.
~🌴~