פרייטאג חקת
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג חקת=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים שלמה זינגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים פארגעס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר יואל ווערצבערגער שליט"א אינעם בנין הת"ת 'בנין קליין'.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און איינע פון די קינדער האבן פארגעזינגען חרוזים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע מלמדים און קינדער,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט אויסגעשמועסט די ביטערע היסטאריע פון ו' חקת ווען מען האט פארברענט 24 וועגענער מיט ספרים הקדושים, און דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די רדיפות וואס אידישע קינדער זענען אריבער אין די תקופה פאר די צווייטע וועלט מלחמה בנוגע קענען היטן אידישקייט מיט מנוחת הדעת, און דער רבי האט געזאגט פאר די קינדער אז מען דארף דאנקן הקב"ה אז מען לעבט אין א תקופה אין וואס מען קען לערנען און דאווענען מיט א רואיגקייט, גיין מיט אראפגעלאזטע פיאות, וכו', און דער רבי האט פארענדיגט מיט דברי הדרכה פאר די קינדער און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
א גוט שבת.
~🌴~