מיטוואך חקת
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך חקת=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה מנשה לעבאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר חזקי' פייבל שעהר הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ו פסוק י"ב.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אינעם נייעם מקוה טהרה וואס מען האט באנייט אין די פארגאנגענע וואכן, אינאיינעם מיט הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי''ו, מגדולי נדבני המקוה,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט אויף אלע שטאקן און אפטיילונגען פונעם בנין און צוגעוויזן פאר ר' יואל הי"ו די פילע חומרות והידורים,
דערנאך האט דער רבי אנגעווינטשן ברכת קדשו פאר ר' יואל הי"ו און פאר די הנהלת המקוה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש ז"ל - רב דביהמ"ד הלכה ברורה, און הרה"ח ר' יואל ברש"ח פיש הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' בנציון בלום הי"ו און הרה"ח ר' משה קרויס הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' משה מיכל שלעזינגער הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברמ"ח שפיטצער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
צווישן די חופות האט זיך דער רבי משתתף געווען ביים שמחת סיום הש"ס דורך הר"ר יואל ברי"א וויינבערגער שליט"א - מנהל קביעות עתים ק"י,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הר"ר יואל שליט"א ובני משפחתו.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 10:40 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' משה באסול הי"ו און הרה"ח ר' אברהם גברא הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
נאך מעריב איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון נכדו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד רב טוב צום שמחת הוואכנאכט לרגל הולדת בנו למז"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס פון הרה"ק הברוך טעם זי"ע וואס די יארצייט איז היינט ז' תמוז,
דער רבי האט טועם געווען מזונות און פיש און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א, פאר די זיידעס גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פאר די יולדות,
מען האט געענדיגט ארום 1:40.
א גוטע נאכט.
~🌴~