מאנטאג חקת
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג חקת=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' בנציון איידליס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים ב"ר משה זאב פריעדמאן הי"ו - תאומים.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ו פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א און הרה"ח ר' יואל בר"מ פאלקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' מרדכי יעקב קליין הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברי"ש שניטצער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' בערל גרינהויט הי"ו און הרה"ח ר' מאיר יושע בערקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
ארום 8:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יחיאל פאלאטשעק הי"ו און הרה"ח ר' הלל ניימאן הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים בער מענדלאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' פנחס יחזקאל ברייער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מסקולען שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער זקינו הרה"צ רבי מאיר גרינוואלד זצ"ל - אב"ד טעטש, און איבער די יארן וואס הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע איז געווען רב אין שטאט טעטש,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביזן טיר.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.
א גוטע נאכט.
~🌴~