זונטאג חקת
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג חקת=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב ברי"א פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אביעזר מרדכי בר"י שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר חנני' יו''ט ליפא סופר הי"ו.
ב''ר יצחק משה גראס הי"ו.
ב"ר יעקב יואל סאפדי הי"ו.
ב"ר אברהם וויינשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ו פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:20 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי צו באשיינען די יערליכע חומש סעודה דורך די תלמידי המוסדות וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת טשארנא אין מאנסי,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 2:00 אזייגער און זיך באגריסט מיט די חשוב'ע רבנים אויפן אויבנאן,
די קינדער האבן פארגעזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד,
דערנאך זענען אלע קינדער אריבער און דער רבי האט פארטיילט א תהילים פאר יעדעם באזונדער,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע קינדער און זייערע עלטערן,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי ברכה פאר די קינדער און ארויסגעברענגט די חשיבות פון לערנען תורה מיט פיאות און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע קינדער און פאר זייערע עלטערן און זיידעס.
דערנאך איז דער רבי אריין אין א זייטיגע צימער ווי עס זענען געווען פארזאמלט די צוועלעפטע קלאס תלמידות בית רחל פון מוסדותינו הק',
דער רבי האט משמיע געווען דברי הדרכה פאר די תלמידות און ארויסגעברענגט אז יעצט ווען פארלאזט די בית רחל נאך אזויפיל יארן דארף מען האלטן פאר די אויגן וואס מען פארלאנגט פון א תלמידה בית רחל און בפרט אז דאס איז די ערשטע יאר פון די יארגאנג ביי מוסדותינו הק' אין מאנסי און ווען מען באטראכט די פירות פון בית רחל באטראכט מען זיי, און דאס פארלאנגט פון יעדעם א געוואלדיגע אחריות צו מאכן א קידוש השם, און דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הדרכה וויאזוי א אידישע שטוב דארף ווערן געפירט און מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 3:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צום בנין הת"ת 'בנין גאלדשטיין' אויף מאנסי בלווד.
דער רבי איז אריין אין ביהמ"ד ווי די תלמידי המוסדות האבן עוסק געווען בתורה,
דער רבי איז א לענגערע צייט אריבער צווישן די קינדער און בחורים און זיך מפלפל געווען אין די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח.
דערנאך איז דער רבי אריין אין א זייטיגע כתה ווי די תלמידי המוסדות וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע געלטער לטובת מוסדותינו הק' זענען אריבער און דער רבי האט פארטיילט מטבעות פאר אלע תלמידים און א סידור פאר די וואס האבן אריינגעברענגט גאר גרויסע סכומים.
דערנאך איז דער רבי אריבער צו ישיבה קטנה סניף קנין תורה בהנהלת הר"ר אשר אנטשיל גריסגאט שליט"א,
ביים אנקומען האט זיך דער רבי צום ערשט אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביים נייעם בנין הישיבה וועלכע ווערט געבויט דערנעבן און געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו - חבר הנהלת הישיבה, איבער די פלענער פונעם בנין,
דערנאך איז דער רבי אריין בהיכל הישיבה און דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און ארומגעגאנגען צווישן די טישן מיט א שטארקע הנאה און אנגעוואונטשן פאר די הנהלת הישיבה.
פון דארט איז דער רבי אריבער צו ישיבה קטנה סניף דרכי תורה בהנהלת הר"ר שאול יחזקאל פערלשטיין שליט"א,
דער רבי איז אריין בהיכל הישיבה און זיך ארומגעדרייט צווישן די טישן און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח און אנגעוואונטשן פאר די הנהלת הישיבה.
דערנאך ארום 4:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צו בית מדרשינו החדש ברך משה אין די ספרינג וועלי געגענט וועלכע האט זיך געעפענט אין די פארגאנגענע חדשים,
דער רבי איז צום ערשט ארום אינעם גאנצן בנין הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אין די חדרי התפילה, מקוה, און עזרת נשים,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן ר' יואל שמואל גאטליעב הי"ו - מגבאי הביהמ"ד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, פאר הרה"ג ר' אהרן איזריעל שליט"א - מו"ץ, און פארן גאנצן ציבור, ובמיוחד פאר הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא הי"ו - נדבן ופטרון הביהמ"ד,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די שטארקע הנאה פון די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנסי בכמות ובאיכות און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור ובפרט פאר הרה"ח ר' משה יצחק הי"ו וועלכע האט מנדב געווען און אהערגעשטעלט אזא שיינע ביהמ"ד, און געזאגט אז די עיקר שיינקייט פון א ביהמ"ד איז ווען עס איז פיל מיט לומדי תורה, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום בנין הביהמ"ד החדש 'לב אהרן' בשכונת וועסט מעיפל וועלכע האלט אין די טיפע בוי פאזעס,
דער רבי איז אריין אינעם בנין און זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט אין אלע שטאקן אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו - נדבן ופטרון הביהמ"ד, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
ארום 4:40 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יודא יושע וויינשטאק הי"ו און הרה"ח ר' שרגא חיים פעדער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברר"א דאנא הי"ו און הרה"ח ר' חיים מרדכי שמעא הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' ליפא ניישטאדט הי"ו און הרה"ח ר' יצחק מאשקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
נאך מנחה איז דער רבי אריבער פארנט פונעם בנין פון ישיבה קטנה סניף ישמח משה אויף די געציל בערגער גאס ווי דער רבי האט זיך באטייליגט און דערנאך מלוה געווען די מטה פון הרה"ח ר' ישראל חיים גוטמאן ע"ה - ר"מ בישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 9:00 אזייגער ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' ארי' ברמ"א הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' חיים שלמה בר"מ ווערטהיימער הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' מנחם שמואל פרענקל הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יצחק מאיר ווערצבערגער הי"ו - וומ"ס,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
נאך די תנאים'ס איז דער רבי אריבער אויף ניחום אבילים ביי משפחת הרה"ח ר' ישראל חיים גוטמאן ע"ה, און נאך די ניחום צוריק לביתו נאוה קודש אויף איהעל ממשיך זיין די זמני כניסה.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"ג רב דקהלתינו לינדען שליט"א אינאיינעם מיט חשובי ופני הקהילה איינצולאדענען צום מעמד יציקת הבורות פאר די מקוה בבית מדרשינו אין לינדען וועלכע קומט פאר דעם דינסטאג, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.
א גוטע נאכט.
~🌴~