שבת קודש פרשת קרח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת קרח=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן שמואל משה בהרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש ז"ל, און החתן משה ב"ר יואל מערמלשטיין הי"ו.
ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר הערשל קאהן שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:35.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 11:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער הי"ו.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' פנחס כ"ץ הי"ו - ב"פ.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ותפתח הארץ את פיה און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון המקדש במלוה.
קה אכסוף: הרב חיים מייזליש שליט"א בן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט"א חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן ברוך טעם זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דאנערשטאג ז' תמוז.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' יואל כאירה הי"ו - ארגענטינע.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א - ב"פ.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:50.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.
פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יואל בר"מ פאלקאוויטש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה יעקב אהרן לעווי הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א - מו"ץ.
כהן: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.
לוי: החתן ישכר בער בהר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א - באווארפען.
שלישי: החתן זאב ב"ר יודא יושע וויינשטאק הי"ו - באווארפען.
רביעי: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א.
חמישי: ר' שמואל זאב ראזענבערג הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' שמעון גאלדבערג הי"ו.
ר' מאיר זאב מענדלאוויטש הי"ו.
ר' שמחה בער פוקס הי"ו.
ר' אשר יונה ווייסמאן הי"ו - וומ"ס.
שביעי: ר' פישל בהרה"ג ר' יוסף הערש סופר הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: ר' אברהם חיים לעווי הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
מפטיר: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' יודא יושע וויינשטאק הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' שרגא חיים פעדער הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו - וומ"ס.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם יצחק מערץ הי"ו - וומ"ס.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמעון יודא ברב"י ווייס הי"ו - וומ"ס, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
מען האט געענדיגט ארום 12:50.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:05.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' מאיר נפתלי פערל הי"ו - וומ"ס.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' פנחס שלמה פערלמוטער הי"ו - וומ"ס.
כהן: הר"ר שמואל משה פריעדמאן שליט"א.
לוי: הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א.
שלישי: הרב חיים מייזליש שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' משה אליעזר לאנדא הי"ו - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אל תפן אל מנחתם און ארויסגעברענגט אז כדי די תשובה פון א מענטש זאל נתקבל ווערן כראוי און די פגם אין די עולמות העליונים זאל ווערן מתוקן דארף מען זיין דבוק אין יעקב אבינו,
דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי התעוררות ומוסר לקראת די ימי הקיץ זאגענדיג אז מען טרעט טאקע יעצט אריין אין די זומער וואכן אבער מען דארף האלטן פאר די אויגן אז עס קומט שוין די הייליגע טעג און מען דארף זיכער מאכן נישט צו מאכן קיין פרישע פגם אין די עולמות העליונים, און דער רבי האט מסיים געווען אנוואונטשענדיג אז הקב"ה ישמור צאתינו ובואינו, והחדשים האלו יתהפכו לששון ולשמחה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יוסף קליין הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:20.
א גוטע וואך.
~🌴~