פרייטאג קרח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג קרח=
~בדר"ח תמוז~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף דברי חיים בהנהלת הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אהרן הכהן גלאנצער הי"ו.
בהר"ר משה יצחק בערנשטיין שליט"א.
ב"ר שבתי קארפען הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק זאגענדיג אז מען שטייט שוין אום חודש תמוז און מען דארף זיך שוין גרייטן צו די ימים נוראים הבעל"ט און עס משלב געווען מיט די לימודי הישיבה און מסיים געווען בברכת קדשו.
א גוט שבת.
~🌴~