דאנערשטאג קרח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג קרח=
~אדר"ח תמוז~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר ארי' בערגער הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבה אהבת תורה פון לעיקוואד בנשיאות הר"ר אלי' כ"ץ שליט"א,
דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים און דערביי האט דער מגי"ש הר"ר אלעזר רובין שליט"א איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו 'אבא בם',
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי הדרכה, און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד שמואל ברמ"י גאלדבערגער הי"ו און הרה"ח ר' חיים הערש ב"ר אלי' גאלדבערגער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק העניך שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' חיים בערקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ה טייטלבוים הי"ו און הרה"ח ר' ישראל דאווידאוויטש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
זמני כניסה איז געווען פון 9:00 אזייגער ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה האבן זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף שו"ע הלכות שבת, הב' שמעון ב"ר מנחם הירש הי"ו - וומ"ס, און הב' יעקב הערש ב"ר מרדכי אלעזר ברייער הי"ו - וומ"ס, ממציוני תלמידי ישיבה סניף ויואל משה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~