מיטוואך קרח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך קרח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק בנימין קלאגסברוין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אברהם שמואל משה מאשקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ו פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב שלום מאשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל,
נאכן ברית איז פארגעקומען א לחיים בהיכל הביהמ"ד,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די זיידע הרה"ג ר' יואל הערש מאשקאוויטש שליט"א - דומ"ץ קרית טאהש, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
נאך שחרית זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש הרה"ח ר' משה יוסף פריעדלענדער הי"ו - מגדולי העסקנים אהערצושטעלן די פריוואטע סוכה פון רבינו שליט"א מידי שנה בשנה, אינאיינעם מיט הרה"ח ר' אברהם מאיר ראזענוואסער הי"ו פון די R&R לאמבער, מיט עטליכע סארט סכך פארן באנוץ פון די פריוואטע סוכה וועלכע וועט בעז"ה אהערגעשטעלט ווערן אויף קומענדיגן יוט סוכות אין די נייע ספרים שטוב פון רבינו שליט''א,
דער רבי האט באטראכט אלע סארטן, און אויסגעשמועסט פארשידענע הוראות, חומרות, און הידורים אין הלכות סוכה און סכך, און אנגעוויזן מיט וועלכע סארט מען זאל זיך באנוצן לקראת חג הסוכות הבעל"ט און אנגעוואונטשן פאר די עסקנים.
אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקודש פנימה ת"ת שאגת ארי' פון לעיקוואד,
דער רבי האט פארהערט די קינדער אויף די לימודים און די תלמידים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' יקותיאל יודא פיש ע"ה.
ארום 8:20 איז דער רבי אנגעקומען אין בנין הת"ת 'בנין קליין' אויף די ראצפערט גאס ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים במסגרת 'מתמידים אהבת התורה' דורך די תלמידי כתה ח' פון מוסדותינו הק' פון אלע סניפים,
דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די קינדער און זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די מנהלים און מלמדים.
זמני כניסה איז געווען פון 8:40 ביז 12:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה געשריבן דורך הרה"ח ר' אנטשיל גאלדבערגער הי"ו,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אנטשיל הי"ו ובני משפחתו.
ארום 9:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 10:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברח"א ליכטמאן הי"ו און הרה"ח ר' יחיאל מיכל טרעגער הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:10.
א גוטע נאכט.
~🌴~