דינסטאג קרח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג קרח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' לייב בערנאטה הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברש"י טעללער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אינעם בנין פון מבצר הכוללים לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו, בן הנולד אצל הרב משולם זושא ראזענבוים שליט"א בן הגה"צ רבי מאיר איתמר שליט"א וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הכולל,
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.
סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
ברכות וקריאת השם: הגה"צ אבד"ק אודווארי שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'משה' נאך רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשוב'ע זיידעס.
נאך א קורצע צייט איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכל הכולל,
ביים סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן הרב משולם זושא שליט"א,
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די כולל אינגעלייט און ארויסגעברענגט אז ווען מען לערנט תורה דארף מען זיכער מאכן אז מען נעמט עס אריין אין זיך און די תורה ווערט א חלק פונעם מענטש און נישט נאר משפה ולחוץ און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די תלמידי הכולל.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען די זיידע הגה"צ רבי מאיר איתמר ראזענבוים שליט"א און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 12:45.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן יולדות.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
ארום 7:20 איז דער רבי אנגעקומען אויף ניחום אבילים ביי הגה"צ רבי משולם פאלאטשעק שליט"א - אבד מגד יהודה, היושב ע"פ אחיו הרה"ח ר' יצחק מאיר יעקב ע"ה.
ארום 7:45 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' מרדכי הערש ברא"י רעטעק הי"ו ווי ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי ר' מרדכי הערש הי"ו האט מנדב געווען א גרויסן סכום לפאר ולרומם 'היכל תהילות יוסף' בבית מדרשינו הגדול אין וומ"ס,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער אינטערסאנטע זכרונות פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע און נאך שיינע ענינים,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' מרדכי הערש הי"ו ובני משפחתו.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 10:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:15.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
שמחת התנאים פון נכדת רבינו שליט"א דור רביעי למז"ט הכלה בת הרה"ג ר' חיים צבי טייטלבוים שליט"א מראצפערט בן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א חתן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, וחתן האדמו"ר ממאשלוי שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש,
עב"ג החתן פרע"ח הרב יעקב יצחק ראטענבערג שליט"א בן הגה"צ רבי חיים צבי הלוי ראטענבערג שליט"א אב"ד פינטשוב בן הגה"צ אבד"ק וואוידיסלאוו זצ"ל.
ארום 10:00 אזייגער איז די חתן און מחותנים און זיידעס אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול אין וומ"ס בשירה וזמרה,
עס האט אויפגעטרעטן דער מחותן דער אבי הכלה שליט"א, און די זיידע הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א,
ארום 10:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום שמחת התנאים,
דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים,
דער רבי האט מסדר געווען די תנאים,
עדי תנאים: הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו און הרה"ח ר' יוסף גרובער הי"ו,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק בעניני נשואין און ארויסגעברענגט אז פארן טוהן א שידוך וואס איז א תקנת חכמים דארף הקב"ה יא באצאלן שכר בהאי עלמא,
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די גרויסע יחוס פון חתן וכלה און בפרט די שייכות פון די זיידע הגה"צ אבד"ק וואוידיסלאוו זצ"ל מיט אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע און די קשר פון די זיידע הרה"ק ר' מרדכי דוד מדאמבראווא זצ"ל מיטן הייליגן ישמח משה זי"ע, און דערמאנט אז סיי די חתן און סיי די כלה זענען אייניקלעך פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע, און אנגעוואונטשן אז די זכות פון די גרויסע זיידעס זאל מגין זיין פארן גאנצן ציבור און אראפברענגען כל מילי דמיטב.
מיט קריאת התנאים האט דער רבי מכבד געווען די עלטער זיידע גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פאר די חשוב'ע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, מען האט געענדיגט ארום 11:30,
אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה און אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~