מאנטאג קרח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג קרח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' וואלף פייערשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' ליפא ברש"ל פריעד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
דרילינג - תאומים בני ר' שמואל יוסף זאלדאן הי"ו.
ב"ר יואל אשר זאבעל הי"ו.
ב"ר שלמה בערקאוויטש הי"ו.
ב"ר זלמן לייב שעהנפעלד הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ו פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית זענען אריין בקודש פנימה תלמידי כתה ט' פון מוסדות קארלין סטאלין פון ב"פ,
דער רבי האט פארהערט די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
אויך זענען אריין בקודש פנימה תלמידי כתה ט' פון ת"ת תפארת יוסף נייפעסט פון וומ"ס,
דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים אין מסכת קידושין און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שמחה קלאגסברוין הי"ו און הרה"ח ר' ישראל אשר ווייס הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יודא לייב לאוב הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ה טעללער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
נאך מעריב איז דער גאנצער ציבור אריבער געבן מזל טוב פאר רבינו שליט"א לרגל די שמחה הגדולה פון קישור החיתון ביי דור רביעי למז"ט, הכלה בת הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א מראצפערט בן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
נאך מעריב ארום 12:50 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א צום שמחת הוואכנאכט לרגל הולדת הבן אצל חתנו הרב משולם זושא ראזענבוים שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די קשר פון הרה"ק ר' מרדכי'לע מנאדבורנא זי"ע צו רבותיה"ק לבית סיגוט זי"ע,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה הרב משולם זושא שליט"א, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, פאר די בני המשפחה, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פארן יולדות,
דער רבי האט פארלאזט די שטוב ארום 1:20.
א גוטע נאכט.
~🌴~