זונטאג ברכה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
זונטאג ברכה
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים,
בן הר"ר הערשל קאהן.
ב"ר אברהם יעקב געטטער.
ב"ר יואל הכהן ווייס.
ב"ר חיים נחום פישער.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים אין ביהמ"ד ברוב עם.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א געלייגט סכך אין די פריוואטע סוכה בביתו נאוה קודש און געזאגט לשם מצוות צל סוכה.
און די פארמיטאג שעה'ן האט רבינו שליט"א פארהערט די הונדערטער תלמידי כתה מכינה לישיבה אויף גאנץ מסכת קידושין וואס זיי האבן געלערנט פארגאנגענע יאר.
פון 7:30 ביז 10:20 אויפדערנאכט איז געווען קבלת קהל בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 7:40 בביהמ"ד בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה זענען אריבער געקומען חברי וועד כותבי חידו"ת של כ''ק האדמו''ר מסקווירא און האבן אריבערגעברענגט עטליכע ספרים בשליחות פון סקווירא רבי שליט"א
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:25.
א גוטע נאכט.
~🌴~