זונטאג קרח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג קרח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב יושע גפן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר נפתלי יחזקאל שרגא לאנדא הי"ו.
ב"ר ישראל משה שפיטצער הי"ו.
ב"ר חיים יוסף שמעון שמאיע הי"ו.
ב"ר יואל אפרים פישל פריעד הי"ו.
ב"ר יונה דוד פערל הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ו פסוק ד'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין בארא פארק צו באשיינען די חומש סעודה פון די תלמידי מוסדותינו הק' פון ב"פ,
ארום 3:10 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול,
דער רבי איז אריין אין היכל הביהמ"ד ווי עס זענען אנוועזנד געווען די הונדערטער עלטערן און זיידעס פון די קינדער צווישן זיי פילע אדמורי"ם ורבנים ובראשם הגה''צ גאב''ד קהילתינו שליט"א, הגה''צ אב''ד קהילתינו 15 שליט"א, און נאך פילע אדמור"י ורבני העיר שליט"א,
דער רבי איז ענטפאנגען געווארן דורך די ילדי התשב"ר מיט שיינע חרוזים לכבוד המאורע און ניגונים פון לימוד התורה,
עס האט אויפגעטרעטן הר"ר יוסף בנימין שטערן שליט"א - מנה"ר,
אויך האט אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א - זיידע פון א חתן המקרא,
דערנאך האבן די קינדער פארגעזאגט די פסוקי חומש פון פרשת ויקרא, אנגעפירט דורכן מלמד מומחה הר"ר יוסף הערש מיללער שליט"א,
דערנאך זענען אלע קינדער אריבער און דער רבי האט פארטיילט א סידור פאר אלע קינדער,
דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט קורצע דב"ק לכבוד די חתני החומש נאכזאגענדיג פונעם חתם סופר אז התחלה איז חצי הכול, און דאס איז די גרויסע שמחה ביים אנהייבן לערנען חומש, דאס איז א יו"ט סיי פאר די קינדער און סיי פאר זייערע עלטערן, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די חתני המקרא און פאר זייערע עלטערן און זיידעס און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
מען האט געענדיגט ארום 4:10.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס,
ביים אנקומען קיין וומ"ס איז דער רבי צום ערשט ארויף אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יצחק שווארטץ הי"ו אלץ הכרת הטוב פאר זיינע פילע פעולות פאר חבורת תורתך שעשועי דקהלתינו הק',
אויך זענען אנוועזנד געווען פילע עסקני תורתך שעשועי פון אלע געגענטער און מען האט אויסגעשמועסט פילע דעטאלן צו פארבעסערן און מרבה זיין לומדי תורה אין די חבורה ביים צווייטן מחזור,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א - מרבני החבורה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' יצחק הי"ו און פאר אלע עסקנים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי חיזוק וברכה פאר די עסקנים און ארויסגעברענגט די חשיבות צו מרבה זיין לומדי תורה און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר ר' יצחק הי"ו ובני משפחתו.
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
ארום 6:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען בהיכל ישיבה לצעירים צום שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן געווארן דורך הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו - נדבן ופטרון הישיבה,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען בנו הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א צו טאנצן מיטן ספר תורה,
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן בנין פון ישיבה קטנה סניף נזר התורה בהנהלת הר"ר יואל ראזענבערג שליט"א ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה,
נאך מנחה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הישיבה,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן מנהל שליט"א און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און אויפן פסוק ועתה יגדל נא כח ה' און ארויסגעברענגט אז פון יציאת מצרים זעט מען אז הקב"ה האט געגעבן די תורה פאר כלל ישראל טראץ אידן זענען געווען דעמאלטס אין גאר א נידריגע מדריגה, און דאס דארף יעדע בחור וויסן, יעדע בחור האט זיך זיינע נסיונות זה בכה וזה בכה, אבער יעדער האט אויך זיינע גוטע צייטן יעדער האט אמאל א התעוררות תשובה, טאר מען זיך נישט דעמאלטס לאזן פונעם יצר הרע וואס טענה'ט אז מען איז נישט ראוי צו לערנען אדער דאווענען נאר זיך האלטן שטארק,
דער רבי האט ממשיך געווען מיט לענגערע דברי הכנה לימים נוראים וואס דערנענטערן זיך שוין, עס איז שוין אריבער א דריי פערטל יאר! דער הייליגער שינאווער רב זי"ע זאגט אויף 'נשא את ראש' ראש מיינט מען ראש השנה, פון פרשת נשא דארף מען זיך שוין גרייטן צו ראש השנה בפרט אין די יעצטיגע זומער וואכן וואס אין יעדע סדרה איז דא פסוקים פון ראש השנה דארף מען דאס האלטן פאר די אויגן און זיך צוגרייטן כראוי,
דער רבי האט מסיים געווען זאגענדיג אז מען פארט קומענדיגע וואך אין קעמפ און יעדע בחור האט א התחדשות, אזוי אויך ווען מען קומט אהיים גרייט מען זיך צו אריבערציען צום נייעם בנין הישיבה דארף מען זיך האלטן צום התחדשות און שטייגן און נתעלה ווערן בכל ענינים, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה,
מען האט געענדיגט ארום 7:15 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
ארום 8:30 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל ישיבה לצעירים צום סעודה לגומרה של תורה אינאיינעם מיט א מעמד חנוכת הבית פארן בנין הישיבה,
עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א מיט דברי שבח פונעם חשוב'ן בעל שמחה ונדבן הישיבה ר' אברהם בראך הי"ו,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים,
עס האבן אויפגעטרעטן ר' וואלף מאיר ווייס הי"ו - חתן הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו, הר"ר אלעזר מענדל פילאפף שליט"א, און הרה"ח ר' יואל מיטטעלמאן הי"ו,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'בוקר ויודע ה' את אשר לו' און ארומגערעדט דברי הדרכה פאר די בחורים, בפרט איבער אויפשטיין פארטאגס, זאגענדיג אז ווען א בחור שטייט אויף פארטאגס לערנען ווייסט מען אז ער איז א ערליכע און חשובע בחור,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער חבורת תורתך שעשועי אז מען הייבט יעצט אן די צווייטע מאל ש"ס און אסאך מענטשן שליסן זיך אן, עס איז זייער חשוב ביים רבש"ע אבער עס איז די זעלבע חשוב ביים רבש"ע איינער וואס קען נישט לערנען קיין בלאט גמרא א טאג אבער ער האט זיך זיינע קביעות'דיגע שיעורים צו עס זאל זיין חבורת יסודי התורה אדער אפילו אנדערע שיעורים, עס איז די זעלבע הייליגע תורה, און מען איז זיי שטארק מחזק,
דער רבי האט מסיים געווען בשבח פונעם חשוב'ן נדבן הישיבה ונדבן הס"ת הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו וועלכע לאזט זיך קאסטן אזויפיל געלט פאר די ישיבה און אזוי אויך די קעמפ פון די ישיבה, און דאס איז חוץ פון זיינע אנדערע פילע נדבות פאר קהלתינו הק', דער רבי האט אים אנגעוואונטשן ברכות לרוב בכל ענינים און אנגעוואונטשן הצלחה פאר בנו הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א וראש הישיבה, און פאר אלע רמ"י ותלמידי הישיבה,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט,
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי פארלאזט די בנין הישיבה און אהיימגעפארן קיין ק"י.
ארום 11:30 האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~