שבת קודש פרשת שלח - מבה"ח תמוז
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת שלח - מבה"ח תמוז=
ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' ברוך עקשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:35.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר מוסדות פינסק קארלין עטה"ק בארה"ק.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 11:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' יחזקאל שרגא ט"ב ני"ו בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן האדמו"ר משבט הלוי שליט"א וועלכע האט געוויילט אויף שב"ק בצל הקודש און האט זיך באטייליגט ביי די תפילות און מיטגעגעסן ביים עריכת שלחן הטהור פון רבינו שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר נחמן כהנא שליט"א - ב"ב.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אלעזר יואל לאנדא הי"ו - ב"ב.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ועתה יגדל נא כח ה' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון אין עשה דוחה ב' לא תעשה.
קה אכסוף: הרב יצחק וואזנער שליט"א - ב"פ.
ברכת המזון: האדמו"ר משבט הלוי שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי יחיאל מיכל מקירמא זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם זונטאג כ"ו סיון.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' יעקב לייב סופר הי"ו.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
דערנאך איז פארגעקומען די שלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב משולם זושא ראזענבוים שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א,
מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און ביר,
דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער הי"ו.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:35.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט בנו הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יודל בערקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' דוד גרינפעלד שליט"א - מו"ץ.
הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' וואלף שניטצער הי"ו.
כהן: החתן מנחם יודא ב"ר יואל שמעון רובין הי"ו.
לוי: החתן אהרן ב"ר שמשון אליעזר מארמארשטיין הי"ו.
שלישי: בעל שמחה נכד רבינו הרב חיים יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א,
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט, ויקרא שמה בישראל חי' נאך די באבע הרבנית הצדיקת אשת הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א.
רביעי: הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א - רב דביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים.
חמישי: החתן חיים מרדכי ב"ר שלמה זלמן געלב הי"ו - באווארפען.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' אברהם מאסרי הי"ו.
ר' אהרן זאב געשטעטנער הי"ו.
ר' אליעזר רייז הי"ו - וומ"ס.
ר' אהרן יוסף שפילמאן הי"ו.
ר' יושע ראזאני הי"ו.
שביעי: החתן מענדל ב"ר דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו - באווארפען.
הוספות: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
החתן משה ב"ר יעקב שווארטץ הי"ו.
החתן משה בהר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א.
אחרון: האדמו"ר משבט הלוי שליט"א.
מפטיר: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
הגבה: הר"ר שמואל שלמה טעללער שליט"א.
גלילה: הרה"ח ר' שלמה זלמן געלב הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען האדמו"ר משבט הלוי שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר הערשל טעללער שליט"א - וומ"ס.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 12:40.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת הקידושא רבא בהיכל הביהמ"ד צד צפון,
דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש,
עס האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרב חיים יחזקאל שרגא ט"ב שליט"א,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, פאר הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, פאר הגה"צ רב דביהמ"ד בית שמואל שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'והיה באכלכם מלחם הארץ' און ארויסגעברענגט אז כדי צו קענען קונה זיין תורה דארף מען קודם האבן יראת שמים, א זכר איז משפיע אהבה און א נקיבה יראה, פארדעם איז בת תחילה סימן יפה לבנים.
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
ארום 7:50 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו פרקי אבות,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ג' משנה ה' 'כל המקבל עול התורה מעבירין ממנו עול מלכות ועול דרך ארץ' און עס אויסגעטייטשט אויף עלעף בחינות בדרך אגדה דרוש ומוסר,
צום סוף האט דער רבי ארומגערעדט איבער די גרויסע סיום הש"ס וואס איז פארגעקומען די וואך בחבורת תורתך שעשועי און הונדערטער אידן האבן זיך מקבל געווען זיך צוצושליסן און אויך אנהייבן ש"ס, עס איז זייער חשוב, און דער רבי האט שטארק מחזק געווען די אידן וואס האבן אנגעהויבן און זיי אנגעוואונטשן אז זיי זאלן קענען דערלעבן צו מסיים זיין ש"ס, אבער אין די זעלבע צייט דארף מען האלטן פאר די אויגן אז יעדער דארף זיך אליינס קענען און נישט יעדער קען לערנען א בלאט א טאג, עס איז דא נאך א חבורה 'חבורת יסודי התורה' וואס לערנט נאר א עמוד א טאג און קיינער דארף זיך נישט פילן צוקלאפט אז ער לערנט נאר א עמוד א טאג עס איז די זעלבע חשוב ביים רבש"ע, די עיקר איז אז מען זאל עס לערנען בקביעות גמור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברים קילורין לעינים בנוגע די מצב המלחמה בארה"ק,
דער רבי האט ארויסגעברענגט די שווערע מצב אין וואס אחב"י געפינען זיך וואס אזא שווערע מצב איז נאכנישט געווען אין ארה"ק פון נאך הקמת המדינה, ווי ממש יעדער איינער ליידט פון די מלחמה אויב נישט פיזיש דאן גייסטיש, ביי יעדע מיסיל ציטערט אויף די הייזער, די הייזער ווארפן זיך בפועל יעדע שטיק צייט, 'בחוץ תשכל חרב ובחדרים אימה' און וואס ביי אונז דאכט זיך אז עס איז א שטיקל נייעס איז ביי זיי א צרה הקב"ה ירחם עליהם,
מען דארף אבער האלטן פאר די אויגן די תורה שלימה פון רביה"ק זי"ע נישט ח"ו נכשל צו ווערן מיט מחשבח מינות און וויסן אז די גאנצע מלחמה האט זיך יעצט אנגעהויבן נישט צוליב א עכטע סכנה נאר צוליב א סכנה אז די רעגירונג האט געהאלטן ביים צעפאלן צוליב די חוק פון גיוס בני ישיבות, און פאר די פאליטישע מלחמה זענען זיי גרייט געווען אריינצולייגן די גאנצע לאנד אין א שטארקע סכנה פיזיש און גייסטיש והדברים ידוע, און מען זאל זיך נישט לאזן ווערן פארשלעפט פון די נייעס אויף די כלים וכדו' וואס ווילן איינרעדן אנדערש און זיכן צו פארדרייען די מוחות,
אזוי אויך דארף מען מתפלל זיין אז מען זאל ניצל ווערן פון די גזירה פון גיוס בני ישיבות וואס די יעצטיגע מצב איז אז איינער וואס גייט נישט אין מיליטער קען נישט מאכן קיין דרייווערס לייסענס, עפענען א קרעדיט קארד, וכו' און עס איז זייער שווער צו לעבן אזוי, און מען דארף מתפלל זיין אז מען זאל אינגאנצן ניצל ווערן פון די גזירה,
דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו, מען האט געענדיגט ארום 8:50 און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:05.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' רפאל דוד גברא הי"ו.
כהן: האדמו"ר מספינקא ירושלים שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' שמואל דוד וויינבערגער הי"ו.
שלישי: הרה"ג ר' חיים שמואל געשטעטנער שליט"א - אב"ד טשאקאווע ירושלים.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יעקב בר"א שווארטץ הי"ו - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ועתה יגדל נא כח ה' און ארויסגעברענגט אז מיט די כח פון אמונה אין הקב"ה ווערט מען מקושר באילנא דחיי פון הקב"ה במילא ניצט תשובה און מען זאגט נישט אז נראה ונדחה אינו חוזר ונראה וויבאלד א בעל חי ווערט נישט נדחה,
דער רבי האט ממשיך געווען זאגענדיג אז מען האט שוין היינט געבענטשט ר"ח תמוז וואס דורשי רשומות זאגן אז תמוז איז ר"ת ז'מני ת'שובה מ'משמשין ו'באין, און מען דארף שוין אנהייבן זיך גרייטן און תשובה טוהן און כדי די תשובה זאל ניצן דארף מען זיך מחזק זיין מיט אמונה אין הקב"ה.
ידיד נפש: הרה"ג ר' יואל מענדל אשכנזי שליט"א - אדמו"ר מאלעסק לינדען.
קל מסתתר: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרב שמעון בהרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' יעקב בר"ח פארקאש הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:20.
בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די שידוך שליסן פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער הי"ו און הרה"ח ר' אהרן האללענדער הי"ו,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן מחותנים און די גאנצע משפחה.
א גוטע וואך.
~🌴~