זונטאג שלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג שלח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אלימלך לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' קלמן וואלף הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יודא יואל לעווינגער הי"ו - וומ"ס, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אפרים טייטלבוים הי"ו.
ב"ר שלמה אהרן סופר הי"ו.
ב"ר יונה יחזקאל לעבאוויטש הי"ו.
ב"ר חיים ישעי' אשר מענדלאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
"זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו ~ אשרי מי שבא לכאן ותלמודו בידו"
ארום 1:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צום גיגאנטישער RCC קאמפלעקס אין מאנסי צום היסטארישן 'שמחת סיום והתחלת הש"ס' במסגרת חבורת תורתך שעשועי דקהלתינו הק',
דער רבי איז אנגעקומען ארום 2:10 ווי דער רבי איז תיכף אריין צום 'מעמד לימוד כל הש"ס' ווי דער גאנצער עולם האט אינאיינעם אדורכגעלערנט גאנץ ש"ס,
דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די טישן און זיך אומגעקוקט אויף די לומדים מיט א שטארקע קורת רוח,
דערנאך האט זיך דער רבי אראפגעזעצט אויפן ספעציעל דעזיגנירטער פלאטפארמע ביים אויבנאן ווי דער רבי האט עוסק געווען בלימוד התורה אינאיינעם מיטן לאנגיעריגן חברותא הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א ביז ארום 4:00 אזייגער.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה ברוב עם,
פאר מנחה האט מען בפקודת הקודש געזאגט אינאיינעם פרקי תהילים לאור די שווערע מצב בארה"ק,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א און האט פארגעזאגט קאפיטל כ' און קאפיטל ק"ל פסוק בפסוק,
דערנאך האט מען געדאווענט מנחה,
בעל תפילה: הרה"ג ר' אברהם חיים מאטצען שליט"א,
נאך מנחה איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי אינעם זאל.
ארום 7:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום סעודה לכבודה של תורה לכבוד סיום הש"ס,
ביים אריינקומען האט דער רבי זיך באגריסט מיט די חשוב'ע רבנים אויפן אויבנאן, צווישן אנדערע הגה"צ רבי יוסף בנימין וואזנער שליט"א - אדמו"ר משבט הלוי, הגה"צ רבי אברהם חיים האלבערשטאם שליט"א מרודניק, און נאך פילע רבני ודייני קהלתינו הק',
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און הרבני הנגיד ר' יצחק שווארטץ הי"ו - פטרון החבורה האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה,
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער יו"ר הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א - מרבני החבורה,
מען האט געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות ללימוד התורה און דער בעל מנגן הרה"ח ר' ישראל אדלער הי"ו מארה"ק האט פארגעזינגען ספעציעלע דברי חרוזים לכבוד המעמד,
דערנאך האט דער רבי אויפגעטרעטן מיט דברות קודש
דער רבי האט אנגעהויבן מיט'ן משלב זיין סוף הש"ס בהתלתו, ש"ס ענדיגט זיך מיט כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא, און הייבט זיך אן מאימתי קורין את שמע בערבית, און די גמרא שטעלט זיך פארוואס הייבט מען אן מיט קרי"ש של ערבית, און ארויסגעברענגט אז פונקט ווי מען קען נאר יוצא זיין מצה מיט אזא מין וואס קען ווערן חמץ, די זעלבע איז יותר נתרבה כבוד שמים ווען נאך א גאנצן טאג זיין פארפלאגט על המחי' ועל הכלכלה, דעמאלט ליינט מען קרי"ש און מען איז מקבל עול מלכות שמים, און מען איז זיך קובע עתים לתורה, און דעמאלט איז מובטח לו שהוא בן עולם הבא,
א סיום הש"ס דורך לומדי תורה וואס תורתם אומנתם איז זייער חשוב, אבער ווען די מסיימים זענען בעה"ב וואס זענען עוסק על המחיה ועל הכלכלה איז עס אסאך מער, און עס האט א געוואלדיגע חשיבות,
און דער רבי האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה און הרגשים וואס די חשוב'ע מסיימים האבן, און אויך ארויסגעברענגט לשבח די נשים כשרות וצנועות וואס האבן א גלייכן חלק אינעם שמחה, און אין די ברכות וואס קומען אראפ, אזוי אויך איז עס א שמחה פאר די קינדער און אייניקלעך פון די מסיימים, און אויפגעפאדערט יעדעם זיך אפצולערנען און זיך קובע זיין ללימוד התורה בקביעות גמור יעצט ווען מען הייבט אן די פרישע מחזור,
דער רבי האט ממשיך געווען אז לימוד התורה איז מקדש ומטהר דעם לומד, און הייבט אים אויף, המאור שבה מחזירו למוטב, אפילו די שוואכערע אידן וואס זענען מקושר צו עולם הזה ווערן אויפגעהויבן, יעדער כפי מדרגתו, און דורך לימוד התורה איז מען זיך מפריש פון הבלי עולם הזה, נאכן דורכלערנען ש"ס דארף מען זיך מפריש זיין פון הבלי ותענוגי עוה"ז, און זיך מקשר זיין מיט ת"ח וחסידים ואנשי מעשה, זיך מפריש זיין פון מחנה מגושמים, און מדבק זיין אין מחנה אלוקים.
הליכות עולם ל"ו, ל"ו מיינט מען די ל"ו מסכת, איינמאל מען האט מסיים געווען ש"ס דארף מען האבן אינגאנצן אן אנדערע הליכות עולם,
דער רבי האט ממשיך געווען אז מ'דארף האבן גאות דקדושה, און נישט ענוה פסולה, דער ייטב לב זאגט מ'דארף האבן חכמה יתירה צו וויסן ווען צו נוצן די צוויי מדות, די תורה הק' איז מחכימת פתי, באקומט מען די חכמה יתירה צו וויסן ווען צו נוצן וועלכע מדה,
יעדער מסיים דארף וויסן איך דארף האבן גאות דקדושה, דאס דאווענען דארף זיין אויף א העכערע בחינה, מען דארף דאווענען מרישא עד גמירא פון ברכות, פארנט, ביז נאך עלינו, מיט מער כוונה, אויפן קול, בהתלהבות, יעדער מסיים דארף וויסן איך האב מסיים געווען ש"ס, איך דארף גיין אין מקוה יעדן טאג פארן דאווענען, איך קען שוין נישט טון זאכן ווי ביז היינט, איך קען מער נישט גיין אויף די זעלבע פלעצער ווי ביז היינט, איך דארף זיין מער געהויבן, איך קען שוין נישט זיך דרייען מיט די זעלבע חברותא פון עבר, עס פאסט מיר נישט מער, איך בין א ש"ס איד, מיין שטוב קען שוין נישט אויסזען ווי ביז היינט, די ב"ב און טעכטער דארפן שוין אויך זיך פירן אנדערש, זי איז אן אשת חבר, זי דארף גיין אנדערש געקליידעט, א מדריגה העכער צניעות, און נאך אסאך זאכן,
באזונדער האט דער רבי ארויסגעברענגט לשבח די חשוב'ע מסיימים וואס זענען זוכה מסיים צו זיין אינאיינעם מיט די קינדער און אייניקלעך, און אויפגעפאדערט די חשוב'ע מתחילים צו אנהייבן אינאיינעם מיט קינדער און אייניקלעך, וואס דאס איז א תענוג גשמי ורוחני,
דער רבי האט ארויסגעברענגט אז מען דארף זיך מתקרב זיין צו השי"ת, וואס דאס קען מען נאר דורך ספרי חסידות וואס לייגט אריין אין א מענטש א פייער צו השי"ת, ספעציעל איז מסוגל דערויף די הקדמה פון ספה"ק דרך פקודך פונעם הייליגן בני יששכר, וואס תוכו רצוף אהבת ה' והתעוררות לעבודת ה',
בשעת הסיום דארף מען מתפלל זיין צו השי"ת ותן בלבינו בינה להבין ולהשכיל לשמוע ללמוד וללמד, והערב נא ה' אלוקינו את דברי תורתך בפינו ובפיות כל עמך בית ישראל, ונהיה אנחנו וצאצאינו וצאצאי צאצאינו כולנו יודעי שמיך ולומדי תורתיך, והאר עינינו בתורתך, ודבק לבנו במצוותך, מתפלל זיין צו השי"ת מען זאל זוכה זיין צו לימוד התורה,
אזוי אויך זאל מען מתפלל זיין פאר אחב"י תושבי ארה"ק וועלכע געפונען זיך אין א שווערע מצב אז זיי זאלן ניצול ווערן מכל צרה, און באזונדער זאלן זיי ניצול ווערן פונעם ביטערן גזירת הגיוס, אזוי אויך דארף מען אינזין האבן אחב"י תושבי ענגלאנד זאלן ניצול ווערן פונעם ביטערן גזירת החינוך, אזוי אויך אונז אין ניו יארק דארפן נאך אויך רחמי שמים ניצול צו ווערן דערפון, באזונדער דארף מען אינזין האבן אחב"י תושבי אנטווערפן זאלן ניצול ווערן פון גזירות אויף די הייליגע מצוה פון ברית מילה,
דער רבי האט מסיים געווען בשבח עסקני החבורה, ובראשם הרה"ח ר' יצחק שווארץ הי"ו – פטרון החבורה, און אנגעוואונטשן זיי זאלן ווייטער קענען אנגיין ביתר שאת וביתר עוז, און מסיים געווען בברכת הקודש.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני לימוד התורה פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התעוררות,
הרבני הנגיד ר' יצחק שווארטץ הי"ו איז מכובד געווארן מסיים צו זיין דער ערשטן מחזור לימוד הש"ס מיט מסיים זיין מסכת נדה, און הרה"ג ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט קורצע דיבורים און אנגעהויבן די פרישע מחזור לימוד הש"ס אין מסכת ברכות,
דערנאך האט דער גאנצער ציבור המסיימים אינאיינעם געזאגט די הדרן און די יתומים האבן געזאגט קדיש, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ פאר א לענגערע צייט בשמחת התורה,
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די סעודה,
במשך די סעודה האט מען געהאט די זכי' צו הערן דורך א הוקאפ דעם דבר ה' מירושלים פון כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א,
דער ירושלימ'ער רב שליט"א האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה פונעם נאכט, אז בעל הבית'ישע אידן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, און שטעלן זיך דערויף אויף א פארהער, וואס דאס איז א מורא'דיגע שמחה, און געזאגט אז ער האט זיך באמת געוואלט פערזענליך משתתף זיין ביי דעם שמחה, אבער די כוחות ערלויבן דאס נישט, און געוואונטשן פאר אלע מסיימים און מתחילים אז זיי זאלן ווייטער לערנען און זיך מיגע זיין אויף תורה, און מיט עקשנות קומט מען אן, און מסיים געווען בברכת התורה פאר ידידו וריעו כ"ק מרן רבינו שליט"א,
אזוי אויך האט מען במשכ'ן סעודה געהערט דברי ברכה פון הגה"ק חו"פ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מארה"ק, וועלכער האט אויפגעטרעטן דורך א הוקאפ לכבוד התורה,
ווי אויך האט מען פארגעליינט א בריוו געשיקט דורך כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א לכבוד המעמד,
דערנאך האט אויפגעטרעטן משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו מיט טרעפליכע דיבורים, און האט אויפגערופן דעם פטרון החבורה הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו זאל קומען אפנעמען א ספעציעלע מתנה וברכת הקודש פון רבינו שליט"א,
דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און איבערגעגעבן פאר ר' יצחק הי"ו א זילבערנע מנורה כאות הוקרה אויף זיינע פילע לייסטונגען לטובת החבורה, און גאר ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
דערנאך האט דער יו"ר הרה"ג ר' שלמה שבתי שליט"א ארויפגערופן הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו - פטרון החבורה בק"י, הרבני הנגיד ר' שלום יצחק יאקבאוויטש הי"ו - פטרון החבורה פון ב"ב און בית שמש, און הרה"ח ר' יושע הערש גליק הי"ו פון ב"פ - רוח החיים פון די חבורה, אז זיי זאלן קומען אפנעמען א מתנה פון רבינו שליט"א,
נאך די פלייש האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת הקודש פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט פארציילט א מעשה פונעם הייליגן בעלזא רב זי"ע וואס האט געזאגט אז עס איז א חוצפה און עזות צו לערנען גמרא תוספות אן קיין בארד און פיאות, און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח אז מען שטייט דא ביי א סיום הש"ס ווי הונדערטער אידן מיט בארד און פיאות האבן מסיים געווען גאנץ ש"ס דאס הייסט געלערנט מיט דרך ארץ! און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער נועם הכבוד הרה"ג ר' אפרים וואקסמאן שליט"א - ר"י מאור התורה,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרבני הנגיד ר' יצחק שווארטץ הי"ו און דער רבי האט געזאגט שבע ברכות פאר פילע חתנים מאנ"ש,
מען האט געענדיגט ארום 10:30 און דער רבי האט געדאווענט מעריב אין א זייטיגע צימער,
ארום 11:00 אזייגער האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים קיין ק"י.
ביים אנקומען קיין ק"י איז דער רבי צוגעפארן צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט צום שמחת התנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד שטוהל הי"ו און הרה"ח ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו - מראה"ק במאנטריאל, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה,
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
~🌴~