שבת קודש
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש
פרשת האזינו
ארום 7:35 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: ר' חיים מענדל פייערשטיין.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:10
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת.
ארום 11:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם בנין פון מבצר הכוללים .
אשת חיל האט דער רבי אנגעהויבן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב ק"י.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א מו''ץ ביהמ''ד מהרש''א.
מנוחה ושמחה: הר"ר סענדר קליינמאן.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק יערוף כמטר לקחי און עס אויסגעטייטשט בדרך אגדה.
קה אכסוף: הר"ר יהושע העשיל שארף שליט"א.
ברכת המזון: הגה"צ ר' בערל גלאנץ שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם קאזניץ'ער מגיד זי"ע,
וואס די יארצייט געפאלט דעם מאנטאג ערב סוכות.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 1:30.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
ברכות ופסוקי דזמרה: ר' הערשל פריעד.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט נכדו הרב ליפא רובין שליט"א חתן הגה"צ ר' ברוך שליט"א חדב"ן.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יוסף שרייבער.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' מענדל פרענקל.
מיט די עליות זענען נתכבד געווארן די בעלי מנגנים.
כהן: ר' בנימין משה כהן,
ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
לוי: הר"ר ליפא ווערצבערגער.
שלישי: ר' יעקב יחזקי' גאנדל.
רביעי: ר' עמרם אקער.
חמישי: ר' יעקב יוסף פילאפף.
שביעי: ר' יחיאל פעקעטע.
אחרון: ר' יואל בר"ד כהן.
מפטיר: ר' משה גאלדבערגער.
הגבה: הר"ר ישראל הערש רייך.
גלילה: ר' שלמה הערשקאוויטש.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א- מספינקא ק''י.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שמחה ישראל ווייזער.
מען האט געענדיגט ארום 12:15.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט קידוש געמאכט
דערנאך איז דער רבי אראפ אין חדר דוד בביהמ"ד הגדול ווי דער רבי האט געגעסן די סעודה אינאיינעם מיט די בחורי אנשי שלומינו מארה"ק,
דער רבי האט זיך געוואשן און מען האט מאריך געווען בשירה וזמרה.
נאך די זמירות האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק כי שם ה' אקרא הבו גודל לאלוקינו, ווי דער רבי האט עס אויסגעטייטשט איבער דאס וואס די גמרא זאגט אז עס איז דא ד' חלוקי כפרה און ביי עטליכע דארף מען צוקומען צו יסורים און די ספרים מיטשען זיך וויאזוי צו מאכן אז מען זאל יוצא זיין מיט תשובה אליינס אן קיין יסורים, אין חרדים שטייט אז דאס איז נאר ביי תשובה מיראה אבער ביי תשובה מאהבה פעלט נישט אויס קיין יסורים, אבער ווער קען דען מאכן תשובה מאהבה ?
האט דער רבי נאכגעזאגט פונעם בעלזא רב ר' ישכר דוב זי"ע אז בזמן שביהמ"ק קיים האט די שעיר המשתלח מכפר געווען אויף די יסורים און היינטיגע צייטן קען מען עס אפקומען מיט לימוד התורה און ער טייטשט יערוף כמטר 'לקחי' אז דורך די תורה איז 'כשעירים' עלי עשב אז די תורה איז אנשטאט די שעיר,
און די בעלזא רב ר' יהושע זי"ע זאגט אז דורך תפילה קען מען אפקומען די יסורים.
אין ייטב פנים שטייט אז דורך מסירת נפש קען מען אפקומען די יסורים און ער זאגט אז מען זאל מקבל זיין מסירת נפש ביי קריאת שמע.
האט דער רבי געטייטשט "כי שם ה' אקרא" אז באמת קען עס מיינען אלעס כי שם ה' אקרא מיינט תפילה,
כי שם ה' אקרא מיינט תורה -תורה שמא דקדשא ברוך הוא,
כי שם ה' אקרא מיינט קריאת שמע,
און דורך די זאכן איז "הבו גודל לאלוקינו"
אלוקינו איז דין - תשובה מיראה, און עס ברענגט ארויף אפילו די תשובה מיראה אז מען זאל נישט דארפן צוקומען צו תשובה מאהבה.
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט דברי התחזקות פאר די בחורים און דער רבי האט געזאגט אז די בחורים האבן די זכי' צו לערנען אין א סאטמארע ישיבה וואס איז געבויעט אויף די אלע דריי זאכן
תורה,
תפילה,
מסירת נפש, ווי דער ייטב לב זי"ע זאגט אז "אויפשטיין פארטאגס איז מסירת נפש"
און דער רבי האט מעודד געווען די בחורים אויפצושטיין לערנען פארן דאווענען, און אזוי אויך נישט אוועקצוגיין לערנען אין אנדערע ישיבות,
און צוגעענדיגט מיט דברי ברכה.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הב' שמעון בן הר"ר זלמן יודא כהנא שליט"א - בית שמש.
מען האט געענדיגט ארום 2:15.
און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:30.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' יעקב פארקאש.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' אשר זעליג סאמעט.
כהן: הר"ר משה כ"ץ.
לוי: הר"ר יואל גרובער.
שלישי: הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק כי שם ה' אקרא
ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער דאס אז די וועלט איז באשאפן געווארן מיט א ה' און די פתח איז געמאכט צו קענען תשובה טוהן אבער דורך די עוונות ווערט פארמאכט די פתח און עס ווערט א ח' און עס איז דא צוויי וועגן צו עפענען די פתח איינס דורך דמעות ווי עס שטייט קולי שמע וראה דמע און איינס דורך שירות ותשבחות ווי עס שטייט 'אזמר בשבחין למיעל גו פתחין' און די לשון רבים פון פתחין מיינט מען סיי די פתח פון תשובה און סיי די פתח פון תפילה וואס משחרב ביהמ"ק ננעלו שערי תפילה,
האט דער רבי געזאגט אז ראש השנה און יוה"כ וואס מען זאגט נישט קיין הלל דארף מען צוקומען צו דמעות,
און דער רבי האט געזאגט אז יערוף 'כמטר לקחי' איז בגי' יום הכיפורים מטר מיינט מען דמעות, און סוכות זאגט מען הלל דארף מען נישט צוקומען צו קיין דמעות האט דער רבי געזאגט אז 'תזל כטל' אמרתי איז בגי' חג 'הסוכות' וואס רש"י זאגט אז 'מטר יש בו עצבים טל הכל שמחין' ווייל מטר מיינט מען דמעות און טל מיינט מען שמחה, האט דער רבי נאכגעזאגט פונעם זרע קודש אז א סוכה איז בצורת ה' און פארדעם שאקעלט מען לולב אין די סוכה וואס מיט די לולב זאגט מען הלל און דורך דעם עפענט מען אויף די ה' אויב עס איז געווארן א ח'.
האט דער רבי געטייטשט 'כי שם ה' אקרא' אז אויב וויל מען מתפלל זיין 'הבו גודל לאלוקינו' זאל מען זאגן שירות ותשבחות,
און דער רבי האט אנגעווינטשן אז די מצוות סוכה און ד' מינים זאל משפיע זיין שמחה אין אידישע הייזער און מען זאל האבן "א לעכטיג יאר" בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש.
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים יאקאב.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' נתן דוב שווארץ.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הר"ר יואל גרובער.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער
זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 9:40.
נאך הבדלה איז דער רבי אריבער צום נייעם שוי רום פון 'סאלקא קיטשענס' אינטער די אייגענטום פון הרה"ח ר' אהרן שאול סאנדעל,
דער רבי האט קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג דערנאך איז פארגעקומען די כתיבת האותיות אינעם ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך ר' אהרן שאול און ווערט אריינגעגעבן צו ביהמ"ד בית מרדכי נאך יו"ט
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים ווי דער רבי האט אנגעווינטשן פאר ר' אהרן שאול אסאך הצלחה.
א גוטע וואך.
~🌴~