שבת קודש פרשת בהעלותך - שבת של שמחה - שבת שבע ברכות פון נכדת רבינו הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק…
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת בהעלותך - שבת של שמחה - שבת שבע ברכות פון נכדת רבינו הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, עב"ג החתן הרב מרדכי זאב רובין שליט"א בן הגה"צ רבי יושע שלום נתן רובין שליט"א - אבד"ק גלאגוב ב"פ=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן משה יודא ב"ר מאיר יצחק ווייס הי"ו און החתן משה בהר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א.
ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש אין באגלייטונג פונעם חתן ושושבינין בשירה וזמרה, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: האדמו"ר מאלעסק שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:40.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר מרכז עזרה ויועץ להצלת בחורי ישראל מגזירת הגיוס בארה"ק.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' יואל ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען די קינדער פונעם מחותן הגה"צ אבד"ק גלאגוב שליט"א,
כל מקדש: הרב מאיר שמואל מאסקאוויטש שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרב ישראל אברהם טייטלבוים שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויהי אנשים אשר היו טמאים לנפש אדם' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון שלא כדרך אכילה.
קה אכסוף: הרב שמחה רובין שליט"א.
מיטן זמר פון רחם האט דער רבי מכבד געווען הרב שמחה האגער שליט"א, נכד כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען דער מחותן הגה"צ אבד"ק גלאגוב שליט"א.
ברכות ראשונות: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
ברכה אחריתא: הרה"ג ר' הערשל אשכנזי שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף באר התורה וומ"ס.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' יחזקאל שרגא גלאנץ הי"ו.
האברך ר' יחזקאל שרגא ברז"ל פילאפף הי"ו האט אויפגעריפן רבינו שליט"א צו די מצוה טאנץ,
דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה מיט גרויס התעוררות פאר א לענגערע צייט און דערנאך געטאנצן מיטן חתן,
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען די מחותנים צו טאנצן מצוה טאנץ.
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' שמעון אלימלך גליק שליט"א - דומ"ץ בביהמ"ד דחסידי בעלזא 99 לאנדאן, און דער רבי האט געטאנצן אין א רינג בהיכל הביהמד אינאיינעם מיטן חתן און מחותנים ובני המשפחה.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 3:10.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:50.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מרדכי יודא שטערן שליט"א - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר נח גפן שליט"א.
הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' מאיר זאב פרידריך הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' שבתי קאהן הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' יצחק אייזיק וויזעל הי"ו - וומ"ס.
שלישי: נכד רבינו החתן הרב מרדכי זאב רובין שליט"א.
רביעי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
חמישי: הגה"צ אבד"ק גלאגוב שליט"א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' שלום שמעי' מיטטעלמאן הי"ו.
ר' יעקב ישראל קטינא הי"ו.
שביעי: החתן יעקב ב"ר בנימין צבי שטערן הי"ו - באווארפען.
הוספות: החתן דוב ב"ר חיים יקותיאל האלפערט הי"ו - באווארפען.
החתן דוב ב"ר יואל ברד"ל האלפערט הי"ו - באווארפען.
החתן משה בהר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א - באווארפען.
החתן אהרן ב"ר מרדכי יודא שווארטץ הי"ו.
החתן יצחק ב"ר יואל בר"ה טעללער הי"ו.
אחרון: החתן אליעזר ב"ר יחזקאל שרגא ברש"ז שטיין הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' הערשל פייערשטיין הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ברצ"א עקשטיין הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ אבד"ק גלאגוב שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' חיים אלי' ראטה הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 12:50.
דער רבי איז אריינגעקומען צום מיטאג טיש ושמחת השבע ברכות אינטן אינעם זאל בביתו נאוה קודש,
מען האט מאריך געווען בשירה וזמרה,
דער רבי האט מכבד געווען מיט די זמירות, ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
ברוך קל עליון: הרה"ח ר' יואל פארקאש הי"ו.
ברכת המזון: הרה"ג ר' אהרן זעליג אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד מאור התורה ב"פ.
ברכות ראשונות: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
ברכה אחריתא: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:55.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' חיים הערש גאלד הי"ו - וומ"ס.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מרדכי יודא שווארטץ הי"ו - וומ"ס.
כהן: הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יושע נחמן ברא"ב שרייבער הי"ו - לאנדאן.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הר"ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א - וומ"ס.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ויהי בנסע הארון' אויף וואס דער בעל הטורים זאגט אז 'בנסע' איז בגי' 'יעקב',
דער רבי האט ארויסגעברענגט אז עס איז דא א בחינה פון עיני ה' וואס דאס איז צו גלייבן אז הקב"ה איז משגיח בתחתונים, און עס איז דא א בחינה פון אזני ה' וואס דאס איז צו גלייבן אז הקב"ה הערט צו אונזערע תפילות נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב מ'געפינט זיך,
יעקב אבינו האט מתקן געווען תפילת ערבית צו זאגן אז אפילו עס איז אינגאנצן פינסטער קען מען נאך אלץ מתפלל זיין און הקב"ה הערט נאך אויס אונזערע תפילות, און דאס האבן די מתעוננים נישט געגלייבט זיי זענען געווען רע באזני ה' און פארדעם שטייט דא די פרשה פון ויהי בנסע טראץ עס איז שלא במקומה צו מרמז זיין יעקב אבינו אז מען קען אייביג מתפלל זיין,
דער רבי האט מסיים געווען זאגענדיג אז יעדע איד דארף דאס אייביג אינזין האבן און מתפלל זיין נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב מען געפינט זיך סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, און מען האפט צו הקב"ה אז ער זאל טאקע מקבל זיין אונזערע תפילות בפרט פאר אחב"י תושבי ארה"ק וועלכע געפינען זיך יעצט אין א עת צרה דארף מען מתפלל זיין אז זיי זאלן ניצל ווערן מכל צרה ומצוקה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' מרדכי יודא שטערן הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' אלי' שלמה קאהן שליט"א.
מען האט ממשיך געווען צו זינגען ניגוני שמחה.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' חיים קארנבלי הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:15.
נאך הבדלה איז געווען זמני כניסה פאר צענדליגע אנ"ש פון לאנדאן וועלכע זענען געקומען לרגל די היסטארישע סיום הש"ס במסגרת חבורת תורתך שעשועי דקהלתינו הק'.
ארום 1:00 אזייגער אויפדערנאכט (אינדערפרי אין ארה"ק) האבן זיך פארבינדן מיט רבינו שליט"א די מנהלים פון מוסדותינו הק' פון ארה"ק אנפרעגן דעת קדשו בנוגע האלטן אפן די מוסדות אין די יעצטיגע ימי המלחמה, אויף וואס דער רבי האט איבערגעגעבן הוראת קדשו יא צו עפענען די מוסדות זאגענדיג אז תורה מגינא ומצלא און מען דארף זיך נישט זארגן.
ארום 1:15 איז דער רבי אנגעקומען אויף א קביעות מזוזה אינעם ביהמ"ד אין שטוב פון הר"ר אפרים גאלדמאן שליט"א,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און זיך אראפגעזעצט אויף א מסיבת לחיים,
מען האט געזינגען לכבוד המאורע און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הר"ר אפרים גאלדמאן שליט"א און פארן גאנצן ציבור.
א גוטע וואך.
~🌴~