דאנערשטאג בהעלותך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג בהעלותך=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' בצלאל דוד רייכמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ישראל מאיר שרייבער הי"ו.
ב"ר חיים דוב יעקב ניימאן הי"ו.
ב"ר משה טאמבור הי"ו.
ב"ר יואל הערשקאוויטש הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק י"א.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך תפילת שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרב לוי יצחק טויב שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א לרגל די שמחת החאלאקע פון בנו הילד כמר חיים מאיר ני"ו,
דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית,
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צו פת שחרית, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די זיידעס בסיפורי צדיקים, און דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
אין די נאכמיטאג שעות האט דער רבי משמיע געווען קורצע דב"ק דורך א הוקאפ ביים אסיפת הרבנים וועלכע איז פארגעקומען אין ב"פ בבית הגה"צ רבי בנימין לאנדא שליט"א - דומ"ץ טאהש ב"פ ווי מען האט דן געווען בדבר ה' זו הלכה בענינים העומדים על הפרק למען אחב"י המצפים לישועה ל"ע,
דער רבי האט ארויסגעברענגט זיין רצון זיך צו באטייליגן פערזענליך ביים אסיפה אבער צוליב די חתונה פון נכדתו וועלכע קומט פאר היינט אויפדערנאכט איז עס נישט געווען במציאות און האט געשיקט בשליחותו בנו הגדול הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א און ארויסגעברענגט די פליכט וואס ליגט אויף יעדעם צו ארויסהעלפן די אידן המצפים לישועה, און משמיע געווען דעת קדשו בנוגע די שאלה און מסיים געווען מיט דברי חיזוק פאר די חשוב'ע רבנים און דיינים שליט"א.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
=שמחת החתונה פון נכדת רבינו הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א,
עב"ג החתן הרב מרדכי זאב רובין שליט"א בן הגה"צ רבי יושע שלום נתן רובין שליט"א - אבד"ק גלאגוב ב"פ בן הגה"צ אבד"ק גלאגוב זצ"ל וחתן האדמו"ר מצאנז גריבוב זצ"ל=
ארום 5:30 איז רבינו שליט"א אריין געקומען אין ביהמ"ד הגדול צד דרום ווי דער דער רבי האט געדאווענט מנחה,
פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע.
בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו,
נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביי מרן רבינו שליט"א.
רבינו שליט"א איז אריין געקומען צום קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול ארום 6:10, במשך די קבלת פנים האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות,
דערנאך האט הר"ר שמואל קרויס שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט די גרויסע יחוס פון די חתן כלה און די דערהויבענע זיידעס וואס קומען אראפ זיך מיטפרייען ביי די שמחה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, חשוב'ע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען ווארעמע דברות קודש און מעורר געווען זכות אבות, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
מען האט מסדר געווען די כתובה,
עדי כתובה: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו און הרה"ח ר' אלעזר פעלדמאן הי"ו,
דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
ביים חופה האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען.
קריאת הכתיבה: הגה"צ רבי מנחם ערנסטער שליט"א - ר"י וויזניץ ב"ב.
ברכות ראשונות: הגה"צ אבד"ק טאמשוב שליט"א.
ברכה אחריתא: הגה"צ רבי ברוך האלבערשטאם שליט"א - אדמו"ר מצאנז ב"פ.
עדי קידושין: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים ק"י און הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטענשטיין שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד דברי יואל ב"פ.
עדי יחוד: הרה"ח ר' חיים יחזקאל הערשקאוויטש הי"ו און הר"ר אברהם יוסף אקערמאן שליט"א.
ביים חופה האט זיך משתתף געווען דער גרויסער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
דערנאך האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די געהויבענע זיידעס.
דער רבי איז אריין געקומען צום סעודת החתונה ארום 8:20, דער רבי האט געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה,
נאך די פיש האט דער רבי געמאכט א לחיים און געוואונטשן לכל העם הנאספים.
ארום 9:20 איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן פאר א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען די מחותנים הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצן מיטן חתן, און דערנאך געטאנצן מיט די גאנצע אויבנאן,
דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א,
דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד ארום 9:40, און אהיים לביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברי"נ שרייבער הי"ו און הרה"ח ר' ישעי' ווערצבערגער הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' משה דוד פערל הי"ו און הרה"ח ר' יואל הערש פישער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
ארום 11:15 איז דער רבי אריין געקומען אין ביהמ"ד צו ברכת המזון,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ רבי זלמן אשכנזי שליט"א - אבד"ק אויסטילא,
ברכות ראשונות: הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. שליט"א.
ברכה אחריתא: הגה"צ רבי בנציון מייזליש שליט"א - אב"ד קרית באבוב בת ים.
דערנאך האט האברך ר' יחזקאל שרגא פילאפף הי"ו אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, וכל העם הנאספים,
דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט,
ביים מצוה טאנץ האט דער רבי אנגעכאפט א גארטל מיט וואס רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע איז געטאנצן מצוה טאנץ ביים חתונה פון האדמו"ר מסאכטשוב זצ"ל זיידע פונעם חתן,
דערנאך האט דער רבי געטאנצן מיטן חתן, און דערנאך מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א ובני משפחתו, און דערנאך מיט משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע,
דערנאך האט מען אויסגערופן צום מצוה טאנץ די מחותנים דער אבי החתן הגה"צ אבד"ק גלאגוב שליט"א און דער אבי הכלה חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א,
דערביי האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט יעדע פון די מחותנים באזונדער.
דער בדחן האט אויסגערופן די חתן וכלה, מען האט געטאנצן אשת חיל, און דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה, דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד אום 1:50.
א גוטע נאכט
~🌴~