מאנטאג בהעלותך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג בהעלותך=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר ארי' לייב פליישמאן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק י"א.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אריבערגעפארן צום 'המספיק רעזארט' אין די ראק-הילל געגענט אין סאליוואן קאנטי צום שמחת הכנס"ת וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו אינעם נייעם פראכטפולן פארענדיגטע 'ביהמ"ד אהל ישועה' און 'אולם עטרת ווערטהיימער',
ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן גאנצן רעזארט,
ארום 4:45 איז דער רבי אריין בהיכל הביהמ"ד ווי דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען הגאון הגדול דומ"ץ ק"י שליט"א צו טאנצן מיטן ספר תורה און דערביי האט זיך דער רבי צוגעקוקט מיט התרגשות ווי די טייערע תלמידים פון מוסד המספיק טאנצן לכבוד התורה,
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה אין איינע פון די זייטיגע צימערן.
נאך מנחה איז דער רבי אריינגעקומען אויף א מסיבת לחיים ביים סעודת מצוה לכבודה של תורה אינעם נייעם זאל,
ביים אריינקומען האט דער רבי צום ערשט געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
דער רבי האט טועם געווען מזונות און פיש און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' מאיר הי"ו ובני משפחתו,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'בהעלותך את הנרות' און ארויסגעברענגט אז ווען אהרן הכהן האט אנגעצינדן די מנורה איז זיין תפקיד געווען אריינצושיינען א לעכטיגקייט אין אידישע הערצער, און דער רבי האט ממשיך געווען און ארויסגעברענגט די געפילן ביים באטראכטן פריער די טייערע נשמות טאנצן לכבוד התורה און נאכגעזאגט פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע אויף 'כה אמר ה' מלך ישראל וגואלו' אז ווען אידן זענען קראנק און ארעם איז הקב"ה נישט קיין מלך הכבוד, כדי הקב"ה זאל זיין א מלך הכבוד דארפן אידן זיין געזינט און האבן אסאך געלט, האט דער רבי אויסגעפירט אז ווען מען האט געזאגט פריער 'ויבא מלך הכבוד' האט מען מתפלל געווען אויף די טייערע נשמות אז זיי זאלן זיין געזינט און שטארק אזוי אז עס זאל זיין א כבוד פאר הקב"ה, אבער דערווייל דארף מען זען צוצושטעלן פאר זיי זייערע געברויכן און אריינשיינען א לעכטיגקייט אין זייערע הערצער, מאכן א הדלקת המנורה, און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פונעם מנהל המוסד הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו וואס לייגט אריין קאפ און מח צו גרינגער מאכן פאר זיי און פאר זייערע משפחות, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר זיין גאנצע משפחה און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט פארלאזט די זאל ארום 6:15 און אהיימגעפארן קיין ק"י.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ה טעללער הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יושע גפן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' מרדכי יודא שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' משה וואלף פייערשטיין הי"ו אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל אמסעל הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ב פאלאטשעק הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"מ בראך הי"ו און הרה"ח ר' יצחק בוקסבוים הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
צווישן די חופות האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת אלמנת הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל ע"ה היושבים ע"פ אמם /אחותם ע"ה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א - חבר הבד"ץ עדה החרדית בירושלים עיה"ק,
עס האט זיך פארמירט א שיינע הלכה'דיגע שמועס איבער כמה ענינים, און הגאון רבי שמעון יצחק שליט"א האט איבערגעגעבן א ווארימע גריס פון קהלתינו הק' אין ירושלים עיה"ק ווי מען האט געגעבן א שיעור דעם פארגאנגענעם יו"ט פסח,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביזן גאס.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל אלכסנדר שטערן הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ה מיטטעלמאן הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.
א גוטע נאכט.
~🌴~