זונטאג בהעלותך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג בהעלותך=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ישעי' גאלדבערגער הי"ו - תאומים.
ב"ר הערשל ברמ"י ווערטהיימער הי"ו.
ב"ר שאול יחזקאל פערלשטיין הי"ו.
ב"ר זלמן לייב בר"י טייטלבוים הי"ו.
ב"ר יודא דוד שימאנאוויטש ע"ה.
ב"ר יצחק מיטטעלמאן הי"ו.
ב"ר אפרים פישל גרינפעלד הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק י"א.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' ארי' שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' אליעזר זוסיא צין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברד"מ רובינשטיין הי"ו און הרה"ח ר' שלמה קארנבלי הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק אייזיק קרויס הי"ו און הרה"ח ר' יושע ביקעל הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם יודא לעבאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' וואלף ברי"ד לאנדא הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
נאך מעריב זענען אריין בקודש פנימה רבני בית הוראה דקהלתינו הק' אינאיינעם מיט הרה"ג ר' פלטיאל הכהן שווארטץ שליט"א - דומ"ץ בכדתיא לאנדאן וראש וועד משמרת כהנים דענגלאנד, ווי מען האט ממנה געווען בברכתו ובעידידו פון רבינו שליט"א א 'וועד טהרת כהנים' שע"י בית הוראה זיך אפצוגעבן מיט די פילע שאלות בהלכה וועלכע מאכן זיך טעגליך ביי כהנים לדעת את אשר יעשון,
מען האט איבערגעגעבן א באריכט פון די 'כינוס לכהנים' וועלכע איז פארגעקומען היינט אויפדערנאכט בבנין מבצר הכוללים מיט די באטייליגונג פון הונדערטער כהנים תושבי ק"י,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די אנוועזנדע דיינים שליט"א ווי מען האט אויסגעשמועסט פילע שאלות וועלכע מאכן זיך טעגליך און די לעזונגען דערצו,
ביים ענדיגן האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די נייע רבני הוועד הרה"ג ר' יואל הכהן קאהן שליט"א, הרה"ג ר' אלכסנדר יקותיאל לאנדא שליט"א, הרה"ג ר' יצחק אייזיק פוקס שליט"א און פאר הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א - יו"ר בית הוראה ומנהל מבצר הכוללים.
א גוטע נאכט.
~🌴~