שבת קודש פרשת נשא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת נשא=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן משה יודא ב"ר חיים אליעזר ווייס הי"ו.
ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א מספינקא ק"י.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:35.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 11:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן נכד רבינו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויף די פרשה פון ברכת כהנים און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון שכר מצוה בהאי עלמא ליכא.
קה אכסוף: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו - וומ"ס.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א - מאנטשעסטער.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דאנערשטאג ט"ז סיון.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד דינוב ק"י.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אברהם ישעי' ברמ"ח ווייס הי"ו - מאנטשעסטער.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:35.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם קויפמאן הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר חיים בעריש פילאפף שליט"א.
כהן: הב' הבר מצוה ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' מרדכי יעקב ווייס הי"ו.
שלישי: בעל שמחה נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א,
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט, ויקרא שמה בישראל: הינדא, נאך די באבע הרבנית הצדיקת אשת חבר פון הרה"ק בעל אהבת ישראל מוויזניץ זצ"ל.
רביעי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
חמישי: החתן שמעון יואל ב"ר דוד חיים מאשקאוויטש הי"ו - באווארפען.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' חיים אלי' ברי"מ לאנדא הי"ו.
שביעי: החתן משה יודא ב"ר חיים אליעזר ווייס הי"ו - באווארפען.
אחרון: החתן חנני' יו"ט ליפא בהר"ר יצחק זאב גרינוואלד שליט"א.
מפטיר: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' אברהם יצחק לאנדא הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' דוד חיים מאשקאוויטש הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' פנחס בראך הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 12:25.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת הקידושא רבא בהיכל הביהמ"ד צד צפון,
דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש,
עס האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרב יושע מרדכי אלעזר שליט"א,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק יברכך ה' וישמרך און ארויסגעברענגט אז כדי עס זאל קענען זיין 'וישמרך מן המזיקין' דארף מען האבן אידישע טעכטער שמצלת לנו מן החטא.
מען האט געענדיגט ארום 12:45.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:50.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ראובן גלאנץ הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' מענדל ברא"ש פריעדמאן הי"ו. לוי: הרה"ח ר' ברוך ליפא לעווי הי"ו.
שלישי: נכד רבינו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הר"ר שלמה אלי' ווייס שליט"א.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די פרשה פון ברכת כהנים און ארויסגעברענגט אז דורך מצות מילה ווערט די גוף נתקדש און עס ווערט א חלק הרוחני פונקט ווי די נשמה און הקב"ה ווערט מחיוב צו אויסהיילן די גוף פון א יעדע איד סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן יעקב שמחה ב"ר יואל זאב שעהר הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:00 אזייגער.
ארום 12:00 אזייגער איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם מאנטאג בהעלותך אין המספיק רעזארט אין סאליוואן קאנטי,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות אינעם ספר תורה,
אויך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' מאיר הי"ו האט געקויפט א כתה אינעם בנין הת"ת החדש שע"י מוסדותינו הק' אין ק"י,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין אפסטעיט און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' מאיר הי"ו ובני משפחתו.
אויך זענען אריין בקודש פנימה תלמידי כתה ט' פון מוסדות נתיבות התורה פון לעיקוואד בהנהלת הר"ר משה ווילהעלם שליט"א וועלכע האבן געוויילט אויף שבת אין די טשעסטער געגענט אין ק"י,
דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
א גוטע וואך.
~🌴~