שבת קודש פרשת במדבר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת במדבר=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן יעקב שמחה ב"ר יואל זאב שעהר הי"ו און החתן חנני' יו"ט ליפא בהר"ר יצחק זאב גרינוואלד שליט"א.
ארום 8:55 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד,נאך מנחה האט דער רבי געזאגט קדיש לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי אהרן ט"ב זצ"ל - אבד"ק וואלאווע.
קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים נחום ווערצבערגער הי"ו, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און די געסט האבן שלום גענומען, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 11:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' זלמן יודא כהנא שליט"א - מרבני קהלתינו הק' בית שמש.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר העניך טייטלבוים שליט"א - בית שמש, בן הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו ירושלים שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' זלמן יודא כהנא שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן מדרש 'בשעה שנתן הקב"ה תורה לישראל נתקנאו בהם אומה"ע ואמרו מה ראו להתקרב יותר מן הכול סתם הקב"ה את פיהם ואמר הביאו שטר יוחסין שלכם כשם שמביאין בני' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון תחומין.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יואל ווייס הי"ו - ב"ב.
ברכת המזון: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים יעקב רוקח שליט"א - רב דביהמ"ד קול אליהו.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי משה מ'ראזוואדוב זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט דעם פרייטאג י' סיון.
קה רבון עלם: נכד רבינו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א - מאנטשעסטער.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' שמואל ראטטער הי"ו - ירושלים.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:50.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יצחק זאב גרינוואלד שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הר"ר העניך טייטלבוים שליט"א.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יודא לייב ניימאן שליט"א - מאנסי.
כהן: ר' גדלי' ב"ר ברוך יודא דרעזדנער הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
לוי: הר"ר משה שמואל רובינפעלד שליט"א.
שלישי: החתן חנני' יו"ט ליפא בהר"ר יצחק זאב גרינוואלד שליט"א - באווארפען.
רביעי: החתן יעקב שמחה ב"ר יואל זאב שעהר הי"ו - באווארפען.
חמישי: הרה"ח ר' אברהם מאיר איצקאוויטש הי"ו.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יושע ב"ר אברהם גאלדבערגער הי"ו.
ר' יואל ב"ר אשר יעקב עקשטיין הי"ו.
ר' חיים מענדל ב"ר יואל קאהן הי"ו.
ר' אליעזר ב"ר אשר אנשיל ווייזער הי"ו.
ר' אברהם שאול ב"ר יצחק בערנאטה הי"ו.
ר' משה ב"ר ירחמיאל זאב פריעד הי"ו.
ר' יוסף מאיר בהרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א.
ר' אהרן יוסף ב"ר ליפא פריעדמאן הי"ו.
ר' משה דוד בהרה"ג ר' יודא לייב ניימאן שליט"א.
ר' יהוסף ב"ר חיים מנחם לאקס הי"ו.
שביעי: הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א.
הוספה הרה"ח ר' מענדל פראנקל הי"ו.
אחרון: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו - לאנדאן.
מפטיר: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' מנחם מנלי שעהר הי"ו.
גלילה: ר' שמואל בר"י ראטטער הי"ו - ב"ב.
נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט פילע געסט וועלכע זענען געקומען אויף יו"ט שבועות בצל הקודש.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' מענדל פראנקל הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם שלום ראזענצווייג הי"ו - וומ"ס.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ליפא ב"ר יואל יצחק לעוו הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
מען האט געענדיגט ארום 12:50.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:50.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' חיים הערש שווארטץ הי"ו - וומ"ס.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל ווייס הי"ו - ב"ב.
כהן: הרה"ח ר' צבי יואל פרייזלער הי"ו - וומ"ס.
לוי: הר"ר משה יודא וואזנער שליט"א - לאנדאן.
שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם בער שפיטצער הי"ו - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן מדרש "בשעה שנתן הקב"ה תורה לישראל נתקנאו בהם אומה"ע ואמרו מה ראו להתקרב יותר מן הכול סתם הקב"ה את פיהם ואמר הביאו שטר יוחסין שלכם כשם שמביאין בני" און ארויסגעברענגט אז 'תפילות אבות תקנום' במילא ווען א איד שטעלט זיך דאווענען שחרית העלפט אים אברהם אבינו צו אז זיינע תפילות זאלן נתקבל ווערן און די זעלבע יצחק ביי מנחה און יעקב ביי מעריב, במילא ביי מתן תורה ווען כלל ישראל האט מתפלל געווען אין די שלושת ימי הגבלה והאר עינינו בתורתיך ביי די דריי תפילות האבן די אבות געהאלפן אז די תפילות זאלן נתקבל ווערן און נאר אזוי האט מען זוכה געווען צו קבלת התורה, משא"כ די אומות העולם וואלט זייערע תפילות נישט נתקבל געווארן, און דאס דארף א יעדע איד האלטן פאר די אויגן ביי יעדע תפילה ווען מען טראכט צו זיך אז מען איז נישט ראוי אז מיינע תפילות זאלן נתקבל ווערן זאל מען וויסן אז די אבות שטייען נעבן דיר און נעמען ארויף דיינע תפילות,
און דער רבי האט מאריך געווען מיט דברי הכנה צום יו"ט שבועות זאגענדיג אז מען שטייט שוין איין טאג פאר יו"ט שבועות און עס איז נאר דא א מעריב, שחרית, און מנחה ווי מען גייט מתפלל זיין אתה חונן לאדם דעת, און אהבה רבה, והאר עינינו, דארף מען מתפלל זיין מעומק הלב און מען האפט אז די אבות זאלן ארויפטראגן אונזערע תפילות און מען וועט זוכה זיין צו קבלת התורה און אלע אירע השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שמואל חיים בראך הי"ו - ב"פ.
קל מסתתר: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד און געציילט די לעצטע ספירה מיט גרויס התעוררות.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:10.
ארום 12:45 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרהח ר' חיים טאגער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' חיים הי"ו האט זיך אנגעשלאסן אין די 'בוני ירושלים' מיטן מנדב זיין א מיליאן דאלער פארן בנין אדיר ומפואר החדש דקהלתינו ומוסדותינו הק' בירושלים עיה"ק,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים לבית צאנז און גארליץ פון וועם ר' חיים הי"ו איז אן אייניקל,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' חיים הי"ו ובני משפחתו.
א גוטע וואך.
~🌴~