מיטוואך במדבר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך במדבר=
~ר"ח סיון~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף היכל התורה פון וומ"ס בהנהלת הר"ר יודל שטאלצבערג שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שמואל מאיר הירש הי"ו.
ב"ר יואל בר"ל ניישטאדט הי"ו.
ב"ר ישראל העניך קרויס הי"ו.
ב"ר פסח מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר ליפא פריעדמאן הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום סעודת ר"ח בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד ר"ח,
במשך די סעודה האט מען מאריך געווען בשירה וזמרה ניגוני ר"ח וניגוני יו"ט שבועות,
מיט ברכו נפשו האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' מיכל ניימאן שליט"א - ר"מ בישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז די אידן האבן תשובה געטוהן ביי מתן תורה צוויי מאל איינמאל ביי ויסעו מרפידים און די צווייטע מאל ביי ויבאו מדבר סיני, איינמאל איז געווען אויף די עצם עבירה, און די צווייטע מאל אויף די צייט פון די עבירה אז מען האט דעמאלטס געקענט טוהן א מצוה, און דאס דארף מען האלטן פאר די אויגן יעצט פאר שבועות אויסצוניצן יעדע מינוט אויף לימוד התורה און מתפלל זיין והאר עינינו בתורתיך,
דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די בחורים און מעורר געווען אז עס קומען שוין די זומער טעג און מען דארף שטארק אכטונג געבן בפרט אז מען וואוינט אין שטאט וויליאמסבורג וואס איז א אויסגעלאסן שטאט און מען דארף גרויס רחמי שמים ניצל צו ווערן און נזהר צו זיין מיט שמירות עיינים, און דער רבי האט געבעטן די בחורים אז ווער ס'האט שכל זאל זען ווי פריער צו פארלאזן די טריפה'נע שטאט תיכף נאך די ישיבה קטנה יארן און אזוי האבן א יאר ווייניגער נסיונות, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה.
דערנאך האט דער מנהל איבערגעגעבן פארן רבי'ן א קוויטל כוללות פון די תלמידי הישיבה וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיט לימוד שעות רציפות,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער מנהל הר"ר יודל שטאלצבערג שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 1:30.
ארום 7:20 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שמחת הכנס"ת אריינגעגעבן דורך משפחת הרה"ח ר' יואל דאנציגער ע"ה,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און אנגעוואונטשן פאר די בני המשפחה.
ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה הנהלת בית האופה דקהלתינו הק' פון ק"י און וומ"ס אינאיינעם מיט די דיינים המכשירים הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א און הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א ווי מען האט אויסגעשמועסט די אפציעס פון די ווייץ פעלדער ווי מען גרייט זיך צו שניידן די ווייץ אין די קומענדיגע וואכן פאר חג המצות תשפ"ו,
דער רבי האט אויסגעפרעגט אלע פרטים פאר א לענגערע צייט און איבערגעגעבן הוראת קדשו און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר משה יצחק בערנשטיין שליט"א און הרה"ח ר' לוי אהרן עסטרייכער הי"ו,
און פון די מחותנים הר"ר יואל ב"ר הערשל פריעדמאן שליט"א און הר"ר ליפא סאמעט שליט"א,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 און געציילט ספירה פארן עמוד.
א גוטע נאכט.
~🌴~