דינסטאג במדבר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג במדבר=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' דוד וואלף עקשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף השיב משה בהנהלת הר"ר שלמה זלמן יאזשעף שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יצחק יושע קארנבלי הי"ו.
ב"ר שלמה יודא פריעדמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל המנהל הר"ר שלמה זלמן יאזשעף שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה המנהל שליט"א ובני משפחתו, פאר די בר מצוה בחורים, און פאר אלע רמ"י ותלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ודברי הכנה ליו"ט שבועות און מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 7:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון אלמנת הרה"ח ר' יואל דאנציגער ע"ה ווי עס איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך משפחת דאנציגער לע"נ אביהם ע"ה און ווערט אריינגעגעבן מארגן מיטוואך אין ביהמ"ד הגדול,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די גאנצע משפחה.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה,
ביים אנקומען קיין וומ"ס ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אברהם יודא אינדיג הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם שב"ק אין ביהמ"ד שמן למאור אין וומ"ס,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די גאנצע משפחה.
ווי אויך זענען אריין בקודש פנימה חברי הנהלת חבורת "תורתך שעשועי" לרגל דעם בעפארשטייענדן סיום הש"ס קומענדיגן זונטאג שלח הבעל"ט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 אזייגער און געציילט ספירה פארן עמוד, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~