מאנטאג במדבר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג במדבר=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"א פסוק ח', דערביי האט דער רבי ארויסגעברענגט אז מען קען זיך נאר צוגרייטן צום יו"ט שבועות מיט לימוד התורה, און מחזק געווען די מעמד לימוד שעות רציפות וועלכע קומט פאר מארגן ער"ח בהיכל הישיבה.
ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ב"ר אברהם ישעי' ווייס הי"ו און הרה"ח ר' יודא פריעדמאן הי"ו,
און פון די מחותנים הר"ר הערשל קאהן שליט"א און הר"ר יצחק נח פערלמוטטער שליט"א - מאנטריאל,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי בית טשערנאבל, דערביי האט האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א איבערגעגעבן א גריס פון בית מדרשינו אויף די דזשיל גאס אין מאנסי וועלכע געפינט זיך אין זיין שכינות,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקודש פנימה ראשי קהלתינו הק' אינאיינעם מיט די ארגענעזירער פונעם סוקסעספולן 'סאטמארק' עקספא, ווי זיי האבן איבערגעגעבן א גריס פונעם ביזנעס טאג,
דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח די גוטע גריסן וואס מען האט נאכגעהערט פונעם ביזנעס טאג און די ערנסטע געשטעל מיט וואס עס איז צוגעגאנגען, און די שיינקייט פון אנ"ש וואס כאטש זיי פירן גרויסע ביזנעסער איז עס אבער מיט די גאנצע חסיד'ישע לבוש און חן, און ארומגערעדט ווי די פאליטיקאנטן באוואונדערן אז מען קען מצליח זיין און זיין גרויסע ביזנעסלייט און עשירים מיט אונזער ערליכע חינוך,
די עסקנים האבן אויסגעשמועסט די ווייטערדיגע פלענער ארויסצוהעלפן בעלי מסחר פון קהלתינו הק' און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקנים.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40, און געציילט ספירה פארן עמוד.
א גוטע נאכט.
~🌴~