שבת קודש פרשת בה"ב - מבה"ח סיון
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת בה"ב - מבה"ח סיון=
ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' אהרן יוסף פריעדמאן הי"ו, און דער רבי האט געציילט ספירה פארן עמוד.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:20.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר הצלת חינוך אין ענגלאנד.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי שיעור ג' פון אלע סניפי ישיבות קטנות פון ק"י.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א - ראש המנהלים ק"י.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א - מנה"ר ישיבה קטנה סניף רב טוב.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' ישראל געפילהויז שליט"א - ראה"כ תפארת הלכה אנטווערפן.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויף די פרשה פון שמיטה און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא צו עס איז דא א מודעא.
קה אכסוף: הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א.
ברכת המזון: הר"ר מאיר עמנואל האגער שליט"א - רב דביהמ"ד ראצפערט בית שמש.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן בעש"ט זי"ע וואס די יארצייט געפאלט יו"ט שבועות.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' נחום לאדינסקי שליט"א - ר"י אור התורה לעיקוואד.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: נכד רבינו הר"ר יואל אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:15.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' שלום מאיר עקשטיין הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים אלעזר שפיטצער הי"ו - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הר"ר יואל אשכנזי שליט"א.
כהן: ר' שלמה ברז"ל גליק הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' יונה בערנאטה הי"ו.
רביעי: הרה"ח ר' יצחק משה פראנקל הי"ו. חמישי: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
הר"ר יואל ברי"ח גרינוואלד שליט"א.
ר' יעקב ברי"א קליין הי"ו.
ר' אברהם יושע ברמ"א הערשקאוויטש הי"ו.
ר' פנחס ארי' לאוב הי"ו. ר' שמואל דוד ברי"ע מארקאוויטש הי"ו.
ר' משה ב"ר יואל ברי"א זילבערשטיין הי"ו.
ר' מאיר הערש זאלדאן הי"ו.
ר' יושע ב"ר יואל ברש"נ הירש הי"ו.
ר' אברהם שמואל גליק הי"ו.
שביעי: ר' זלמן לייב בר"א סימאן הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון - חזק: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' מענדל פראנקל הי"ו.
הגבה: הר"ר יואל ברי"ח גרינוואלד שליט"א.
גלילה: ר' אברהם יושע הערשקאוויטש הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי אהרן ט"ב זצ"ל מ'וואלאווע וואס געפאלט עש"ק ג' סיון.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' ישראל אלימלך קליין הי"ו - וומ"ס.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' קלמן אליעזר בר"ל הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' ישראל ברח"א שפיטצער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 12:50.
ארום 7:40 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו פרקי אבות,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ה' משנה ג' 'עשרה נסיונות נתנסה אברהם אבינו ועמד בכולם' און עס אויסגעטייטשט אויף צען אופנים בדרך דרוש, אגדה, ומוסר,
צום סוף האט דער רבי מעורר געווען דברי הכנה צום יו"ט שבועות הבעל"ט זאגענדיג אז מען קען זיך נאר צוגרייטן מיט לימוד התורה און מעורר געווען אדורכצולערנען אוהח"ק פרשת יתרו פאר א ריכטיגע הכנה,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט בשבח פון די 'קרן קרית יואל' להרחבת גבולי הקדושה בק"י המורחבת, דער רבי האט זיך באדאנקט פאר די עסקנים און געבעטן פון אלע אנ"ש ארויסצוהעלפן שאפן די גרויסע געלטער וואס עס קאסט,
אויך האט דער רבי ארויסגעברענגט לשבח די מפעל 'סגולה' וואס איז געמאכט צו האלטן א אויג אויף די אפיסעס זיכער צו מאכן אז יעדע פרט איז אויסגעהאלטן לכתחילה,
דערנאך האט דער רבי מעורר געווען אנ"ש תושבי ק"י זאגענדיג אז מען האט ברוך השם מצליח געווען אראפצוברענגן די פרייזן פון קויפן און דינגן א דירה, און געזאגט אז יעצט ווען עס קומט יו"ט שבועות און פילע אנ"ש זיכן צו דינגן דירות דארף מען האלטן פאר די אויגן אז מען טאר נישט ארויסרייסן געלט פון מענטשן און מ'זאל נישט בעטן קיין איבערגעטריבענע פרייזן, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו,
מען האט געענדיגט ארום 8:40 און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:50.
צום עמוד איז צוגעגאנגען משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל ברח"א שפיטצער הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו.
לוי: הר"ר פרץ טובי' דייטש שליט"א.
שלישי: הרה"ח ר' אברהם הערש קליין הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' ברוך יודא דרעזדנער הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' חיים אלעזר שפיטצער הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אם בחוקתי תלכו און ארויסגעברענגט אז אויב א איד גיבט זיך ח"ו נישט אכטונג די אויגן און מחשבות האלט ער צוריק די השפעות וואס דארפן אראפצוקומען אויף די וועלט און ער ווערט אנגעריפן א גזלן, און די זעלבע פארקערט ווען א איד גיבט זיך יא אכטונג נישט נכשל צו ווערן אין קיין עבירות בדיבור במעשה ובמחשבה איז ער גורם אז עס זאל אראפקומען השפעות טובות פאר די גאנצע וועלט, און דאס איז אונזער ארבעט בפרט ווען עס קומט די זומער וואכן ווען מען איז אויסגעשטעלט צו מער נסיונות דארף מען דאס האלטן פאר די אויגן די אחריות וואס מען האט פאר די גאנצע וועלט.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: נכד רבינו הר"ר ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי אהרן ט"ב זצ"ל מ'וואלאווע וואס געפאלט עש"ק ג' סיון.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:55.
ארום 12:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה ווי עס איז פארגעקומען א קביעות מזוזה אויף די נייע צוגעבויטע חדרי תפילה 'חדרי יעקב ארי' נדבת הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין די נייע חדרי התפילה,
דער רבי האט געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' גדלי' הי"ו איבער די הרחבת גבולי הקדושה פונעם ביהמ"ד און איבער די פילע שיעורי תורה וואס ווערט פארגעלערנט אין ביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר חדב"ן הגה"צ שליט"א, פארן נדבן הרה"ח ר' גדלי' הי"ו, און פאר אלע עסקני ומתפללי הביהמ"ד,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג די שמחה פון הרחבת גבולי הקדושה אין א ביהמ"ד וואס איז נקראת על שמו פון מר אביו רביה"ק זי"ע וואס דאס איז א מצוה פון כיבוד אב און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן נדבן און פארן גאנצן ציבור,
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
א גוטע וואך.
~🌴~