דאנערשטאג בה"ב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג בה"ב=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם בנימין גאלד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אבני צדק לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו, בן הנולד אצל הרב דוד אלימלך האלבערשטאם שליט"א בן הגה"צ אבד"ק טארטיקוב שליט"א וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שמעון עוזר לעווי הי"ו.
ב"ר צבי ווייס הי"ו.
ב"ר אשר אנשיל יוזשעף הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים פאר די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד,
מוהל איז געווען דער אבי הבן,
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.
סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
ברכות וקריאת השם: הגה"צ אבד"ק טארטיקוב שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'יצחק' נאך די זיידע האדמו"ר מאלעסק זצ"ל.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשוב'ע זיידעס.
נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד,
ביים סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן הרב דוד אלימלך שליט"א, און די זיידעס חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, און הגה"צ אבד"ק טארטיקוב שליט"א,
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' האלבערשטאם שליט"א - אב"ד קנעניטש,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און מכבד געווען מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:30.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן יולדות.
ארום 3:00 אזייגער איז הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א - רב מעריב בני ברק געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בפלפולא דאורייתא אין פארשידענע סוגיות הש"ס,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביזן גאס.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' משה שלמה קלאגסברוין הי"ו און הרה"ח ר' מאיר אלי' גאלדבערגער הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' מאיר משה מאשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' ישראל ברא"ש שווארטץ הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' אשר אדלער שליט"א - אב"ד סערעדנא מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ח ר' אהרן בנציון ווידער הי"ו - אסעמבלימאן פון מאנסי און לאנגיעריגער עסקן למען הצלת חינוך הטהור אין ניו יארק, וועלכער שטייט לימין רבינו שליט"א להצלת החינוך פילע יארן כולם שוים לטובה זינט די סאמע אנהויב פונעם מערכה.
ר' אהרן בנציון הי"ו האט זיך באדאנקט פאר רבינו שליט"א פאר די שטענדיגע הדרכה און יעוץ דורכאויס די לאנגיעריגע קאמף למען עתיד החינוך, בפרט ביים צושטאנד ברענגען די נייע געזעץ, סיי מיט די געלט, סיי מיט די ריכטיגע קשרים, והעולה על גביהן די קלארע דעת תורה הברורה על כל צד ושועל,
און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע סייעתא דשמיא פון אינדארסירן און אריין ברענגען אין אמט די ריכטיגע פיגורן וועלכע האבן ערמעגליכט די גרויסע געווינס מיט די נייע געזעץ לטובת החינוך,
ר' אהרן בנציון האט דערציילט מיט התפעלות אז ער האט היינט מיטגעהאלטן ביים 'סאטמארק' ביזנעס עקספא שע"י מפעל 'עסק' דקהלתינו הק', ווי פילצאליגע היימישע אינגעלייט פון אלע אינדוסטריעס זענען זיך צאמגעקומען אויף מסחר מיט די גאנצע חסיד'ישע טראגע, און פירן ריזיגע ביזנעסער וואס די גרעסטע געלערנטע קען זיך קומען לערנען ביי אונז,
און ארויסגעברענגט אז דאס צייגט קלאר אז מיר האבן זיך ב"ה נישט וואס צו שעמען מיט אונזער חינוך אפילו אין גשמיות'דיגער זין, און די גאנצע מערכה צילט נישט די 'עדיוקעישאן' נאר עס צילט אונזער 'אידישקייט',
דער רבי האט זיך גאר ווארעם באדאנקט פאר זיין לאנגיעריגע עסקנות לטובת עתיד החינוך, סיי ביים אראפ פארן קיין אלבאני נאך איידערן ערוועלט ווערן צום אסעמבלי, סיי מיט די הילף ביי די פעטיציעס, סיי מיט זיין דרייסטע ארויסטריט קעגן די עדיוקעישאן דעפט. ביים מיטינג אין מאנסי איבער די פעטוועיס, און נאך, און דער רבי האט אים ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו ער זאל ווייטער קענען אנגיין און מצליח זיין מיט די עסקנות און די ריכטיגע אופני השתדלנות.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30 און געציילט ספירה פארן עמוד.
פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון דודו הרה"ק רבי יקותיאל יודא טייטלבוים זצ"ל הי"ד - אב"ד סיגוט.
א גוטע נאכט.
~🌴~