מיטוואך בה"ב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך בה"ב=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יחזקאל שרגא דרעזדנער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ד'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 9:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' עמרם יצחק וויינשטאק הי"ו און הרה"ח ר' יחזקאל דוד ווייס הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
ארום 10:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ג רבי אהרן צבי שנעבאלג שליט"א - דומ"ץ טשערנאוויץ וומ"ס, בן כ"ק אדמו"ר מטשערנאוויץ שליט"א וחתן הרה"ג רבי ברוך הורוויץ שליט"א - דומ"ץ מעליץ, עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' יודא אלישע הורוויץ שליט"א - רב דביהמ"ד אור החיים ק"י בן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו הק' מאנטשעסטער שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די חשוב'ע זיידעס און דער רבי האט געליינט די תנאים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פאר די חשוב'ע זיידעס.
ארום 11:40 איז כ"ק אדמו"ר מטשערנאוויץ שליט"א ארויפגעקומען אויף א באזוך ביי רבינו שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט אינטערסאנטע זכרונות לבית וויזניץ פון די יאר וואס דער רבי האט געוואוינט אין בני ברק נאך די חתונה,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביזן טיר.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 און געציילט ספירה פארן עמוד.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
נאך מעריב ארום 12:40 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון נכדו הרב דוד אלימלך האלבערשטאם שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א צום שמחת הוואכנאכט לרגל הולדת בנו למז"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים און הלכות בימי הספירה, און איבער די תפקיד פון א רב אין די אלטע היים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה הרב דוד אלימלך שליט"א, פאר אביו הגה"צ אב"ד מנחת חינוך טארטיקוב שליט"א, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, פאר די בני המשפחה, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פארן יולדות,
דער רבי האט פארלאזט די שטוב ארום 1:15.
א גוטע נאכט.
~🌴~