דינסטאג בה''ב
באריכטן ·
🌴 בצל הקודש 🌴
=דינסטאג בה''ב=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אלכסנדר זושא יודא רובין הי"ו.
ב"ר יואל ברמ"ח ווייס הי"ו.
ב"ר דוד מזרחי הי"ו.
ב"ר משה זאב פייערשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק י"א.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
שפעטער נאכמיטאג ארום 7:10 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט קיין וויליאמסבורג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען ארום 8:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז ארום 11:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הר"ר ישראל געפילהויז שליט"א - ראה"כ תפארת הלכה אנטווערפן, און הר"ר יואל בר"א גראד - לאנדאן, וועלכע פירן אן מיט די קאמפיין וואס איז געלאזט געווארן אין גאנג צו העלפן אפראטעווען אחב"י פון די שרעקליכע גזירות החינוך אין ענגלאנד בשליחות הגאון הגדול ר' אליקים שלעזינגער שליט"א - ר"י הרמה לאנדאן,
דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער אלע פרטים פונעם קאמפיין און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:05, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~