מאנטאג בה"ב
באריכטן ·
🌴 בצל הקודש 🌴
=מאנטאג בה"ב=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב מארקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ד'.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א מסיבת לחיים ווי דער רבי האט ממנה געווען הרה"ג רבי שאול יחזקאל שווארץ שליט"א - דומ"ץ דעברעצין, בן הגה"צ רבי אברהם יונה שווארץ שליט"א גאב"ד קהל חסידים וויען עסטרייך, וחתן הגה"צ רבי שלמה צבי שטערן שליט"א אב"ד דעברעצין, לשרת בקודש בתור 'דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן דקהילתינו הק' ב"פ'.
עס האבן זיך באטייליגט הנהלת הביהמ"ד, און חברי קהלתינו הק' ב"פ, מען האט געזינגן ניגוני שמחה, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' שלום קרויס הי"ו - ב"פ בשם הנהלת הביהמ"ד,
און הרה"ג ר' דוד גרינפעלד שליט"א,
דערנאך האט דער נייע דיין שליט"א אויפגעטראטן מיט קורצע ווערטער און ארויסגעברענגט מיט התרגשות די זכי' צו קענען שטיין בראש פונעם ביהמ"ד און מיט א תפילה צום רבוש"ע שלא יצא מכשול מתחת ידו.
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן דומ"ץ הביהמ"ד ובני משפחתו, און פאר די הנהלת ועסקני הביהמ"ד, און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דב"ק און אנגעוואונטשן ברכת הקודש פארן נייעם דומ"ץ הביהמ"ד ער זאל קענען מרומם זיין די כח התורה ותפילה אינעם ביהמ"ד און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט דער רבי זיך טעלעפאניש פארבינדן אביו הגה"צ גאב"ד וויען עסטרייך שליט"א און אנגעוואונטשן לרגל די התמנות.
די עסקני הביהמ"ד האבן געצייגט פאר רבינו שליט"א די סקיצעס און פלענער פארן נייעם גרויסן ביהמ"ד וואס האלט אין די ערשטע בוי פאזעס, און איבערגעגעבן א באריכט איבער די גרויסע געברויך פארן ביהמ"ד, און די פלענער זיך אריין צו ציען אין די קומענדיגע וואכן אין א צייטווייליגע ביהמ"ד אויף ביז די בנין ווערט פארענדיגט,
דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב, און דער רבי האט ארויסבאגלייט דער דיין שליט"א ביז צום טיר,
מען האט געענדיגט ארום 6:45.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:20, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז ארום 11:10 בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגאון רבי צבי פריעדמאן שליט"א גאב"ד מסורת ונשיא מוסדות דרכי שמואל עטה"ק בארה"ק פאר די ליטווישע קרייזן,
דער גאון האט אויסגעדרוקט זיין געוואלדיגע התרגשות פונעם מעמד הדלקה רבתי פארגאנגענער ל"ג בעומר, ווי דער גאון איז געקומען תיכף פון לופטפעלד צום מעמד, און אויסגעדרוקט זיין געוואלדיגע התפעלות פונעם דערהויבענער מעמד,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די ברענעדיגע ביטערע גזירות הגיוס אין ארה"ק, דער רבי האט ארום גערעדט מיט ווייטאג איבער די דראסטישע פארערגערונג אינעם מצב, ווען צענדליגער טויזנטער בחורים זענען גערופן געווארן אין טמא'נעם מיליטער, און אלע פארשפרעכונגען פון די א.ג. חרדי'שע פאליטיקאנטן און מויל מאכער חברי כנסת המינים האבן גארנישט געהאלפן און גארנישט אויפגעטון, און זיי האבן פאראויס געוואוסט אז זיי גייען גארנישט קענען העלפן,
דער גאון האט דערמאנט עטליכע בריוון וועלכע ער האט געשיקט צו רבינו שליט"א דורכאויס דעם יאר, וואו ער האט געבעטן מרן רבינו שליט"א צו שטיין בראש פונעם יהדות הגולה צו שטורעמען און ארויס צו העלפן באקעמפן די ביטערע גזירה.
דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו און ארויסבאגלייט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~