בצל הקודש דינסטאג האזינו
באריכטן ·
🌴 בצל הקודש 🌴 דינסטאג האזינו
שלש עשרה מידות
דער רבי איז אריין געקומען צו סליחות אין ביהמ"ד הגדול ארום 5:45.
בעל תפלה: הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד.
מען האט געענדיגט סליחות ארום 6:45. נאך סליחות איז איז די רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:10 איז די רבי אנגעקומען און ביהמ"ד הגדול צו תפלת שחרית.
פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם אויש.
ב"ר שמואל מאיר קאהן.
ב"ר שמואל אהרן זינגער.
דערנאך האט דער רבי געצינדען לעכט לע"נ זקינו הרה"ק ר' אלעזר ניסן זי"ע.
נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א אריין לחדרו הפרטי און געלייגט רבינו תם תפילין.
דערנאך האט דער רבי אנגעווינטשן פאר די בר מצוה בחורים.
תיכף דערנאך ארום 11:00 איז רבינו שליט"א ארויסגעקומען צו אמירת כל ספר תהילים,
בעל תפלה: הרה"ח ר' יהושע טעלער.
נאך תהילים האט דער רבי געזאגט קדיש.
מען האט געענדיגט תהילים ארום 1:15.
פאר קריאת הקרבנות האט רבינו שליט"א געזאגט וודוי הגדול פון רבינו נסים מיט שטארקע בכיות.
דערנאך האט מען געליינט די קרבנות,
בעל קורא: הגה"צ אב"ד הוניאד שליט"א.
"ותשליך במצילות ים כל חטאתם"
ארום 2:10 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום לעיק אויף די קוויקוועי גאס צו אמירת תשליך ברב עם.
די רבי האט געזאגט די סדר אמירת תשליך בהתעוררות רב ובבכיות מען האט געענדיגט ארום 2:20.
א גוטן טאג.
~🌴~