זונטאג אמור
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג אמור=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר דוד יחזקאל משולם טעללער הי"ו.
ב"ר אהרן יודא סטרולאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל עמרם גרובער הי"ו.
ב"ר ישראל אפרים פישל שלעזינגער הי"ו.
ב"ר אברהם שמואל בראך הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
זמני כניסה איז געווען פון 8:10 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה העסקן הדגול בנש"ק ר' שמחה אייכענשטיין הי''ו - אסעבלימאן פון בארא פארק, אינאיינעם מיט ראשי הנהלת הקריה, אפנעמען ברכת הקודש לרגל דאס אדורכפירן די נייע געזעץ להצלת עתיד חינוך הטהור אין ניו יארק,
ר' שמחה האט זיך באדאנקט פאר רבינו שליט"א פארן אים געבן די זכי' און צוטרוי צו זיין דער ריכטיגער שליח פאר די השתדלות אפצוראטעווען דעם חינוך, און אראפגעלייגט אן ערשטהאנטיגער באריכט מכלי ראשון איבער די גאנצע השתלשלות פון די לעצטע פאר טעג איידער די געזעץ איז אריבער, און אלע לעצט מינוטיגע פרואוון דורך די שונאי הדת עס צו שטערן,
און ארויסגעברענגט וויאזוי מען האט ב"ה געקענט ארויסקוועטשן דעם זיג אדאנק די ריכטיגע קשרים וואס קהלתינו הק' האט אנגעקניפט מיט די ערוועלטע באאמטע, דורך די דורכגעטראכטע און ריכטיגע החלטות און אינדארסירונגען, סיי פאר די גאווערנער האוקול, און אזוי אויך פאר די אנדערע פאליטישע באאמטע, אן נאכגעשלעפט ווערן פון די ווילדע רעטאריק פון די גאס.
דער רבי האט ווארעם באדאנקט ר' שמחה הי"ו מנהמת לבו הטהור בשם כלל ישראל תושבי ניו יארק פארן שטיין בראש פון די לעגיסלאטיווע ארבעט צו אדורכפירן די קריטישע געזעץ להצלת החינוך, און געוואונטשן ברכות לרוב אויף זיינע ווייטער'דיגע עסקנות.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' נחמן קליין שליט"א - אב"ד וואשרהעלי ורב קרית מאטעסדארף ירושלים, און איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א די נייע ספר מהר"ם שיק וואס ער האט איבערגעדריקט,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די מהר"ם שיק זי"ע און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:00 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יושע וואלף מיטטעלמאן הי"ו און הרה"ג ר' יחזקאל שרגא לאקס שליט"א - מו"ץ קהילתינו הק',
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40 און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
א גוטע נאכט.
~🌴~