שבת קודש פרשת אח"ק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת אח"ק=
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' אברהם שמואל עקשטיין הי"ו - מאנסי.
מען האט געענדיגט ארום 10:10.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער טייטלבוים ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן נכד רבינו הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען: הרה"ח ר' שלום קליין הי"ו - ירושלים.
מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א - ב"פ בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אחרי מות שני בני אהרן און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון דברה תורה כלשון בני אדם.
קה אכסוף: הרה"ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דקהילתינו 15'טע עוו. ב"פ שליט"א.
ברכת המזון: הגה"צ ר' חיים אלעזר ראבינאוויטש שליט"א - דומ"ץ ור"י דינוב בן כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א .
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן נודע ביהודה זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דאנערשטאג י"ז אייר.
קה רבון עלם: נכד רבינו הרב ישראל דשונסקיא שליט"א - ב"פ בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יודל שטיינמעץ הי"ו.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד ל"ג בעומר.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:20.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.
צו תפילת שחרית האט דער רבי צוגעשיקט בנו הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' מענדל פרענקל הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' אברהם יודא וויינפעלד הי"ו.
לוי: ר' פישל לאנדא הי"ו, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
שלישי: נכד רבינו הרב ברוך טייטלבוים שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט ויקרא שמה בישראל 'גיטל' נאך די באבע הרבנית מגארליץ ע"ה.
רביעי: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
חמישי: הרה"ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דקהילתינו 15'טע עוו. שליט"א.
שביעי: ר' נחמי' שלמה אינדיג הי"ו, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' אייזיק זילבערשטיין הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' יושע הערש פריינד הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' בנימין בר"מ הירש הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דקהילתינו 15'טע עוו. שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' דוד פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת הקידושא רבא בהיכל ביהמ"ד הגדול צד צפון,
דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה,
דער בעל שמחה האט אויפגעטרעטן מיט דברי תורה לכבוד השמחה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה הרב ברוך שליט"א, פאר בנו הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, פאר הרה"ג ר' יואל שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק בזאת יבוא אהרן אל הקודש, און געזאגט אז צו קענען דאווענען דארף מען צוקומען צו די תפילת פון די עזרת נשים און אז די תפילת זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור, מען האט געענדיגט ארום 12:40.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:30
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יואל בר"ח פעקעטע הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מרדכי בער מאשקאוויטש הי"ו.
כהן: הרה"ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א - וומ"ס חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יואל דוד שווארץ הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'קדושים תהיו' דורכדעם וואס מען איז ממשיך קדושת שבת מיט שלו"ס אין די וואכנטעג באקומט מען די כח זיך מקדש צו זיין במותר לך אויפן גאנצן וואך.
ידיד נפש: הרה"ג ר' שלמה זאבעל שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד בית דוב.
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דקהילתינו 15'טע עוו. שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגן: הרה"ח ר' שמשון שרגא פויגעל הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:40.
נאך הבדלה האט דער רבי מבקר חולה געווען משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
בביתו נאוה קודש זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה תלמידי ישיבה גדולה באבוב פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש,
דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
א גוטע וואך.
~🌴~