שבת קודש פרשת תזו"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת תזו"מ=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ודברי חיזוק והדרכה דורך א הוקאפ פאר די הונדערטער אלמנות פון איבער גרעיטער ניו יארק און קאנאדע וועלכע האבן זיך געפינען ביים דערהויבענעם 'שבת מלכתא' אויף א פראכטפולע פארנעם אינעם ארמון האטעל אין קאנעטיקוט אנגעפירט דורך הרבנית הצדיקת תליט"א.
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו - אנטווערפן.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר מוסדות תורה ויראה עטה"ק ירושלים.
מען האט געענדיגט ארום 10:00.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער טייטלבוים ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' ישעי' אשר זעליג אייזנבאך הי"ו - בית שמש.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר נחמן בראך שליט"א - בית שמש.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' ישעי' אשר זעליג אייזנבאך הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן מדרש לא נתקררה דעתו של איוב עד שראה פרשת אשה כי תזריע און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
קה אכסוף: הרה"ח ר' בצלאל טויסיג הי"ו - בית שמש.
ברכת המזון: הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א - רב דביהמ"ד צאנז ק"י.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן ראפשיצער רב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם פרייטאג י"א אייר.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' משה
יוסף ווערטהיימער הי"ו - וומ"ס.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:20.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' הערשל פריעד הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יואל פריעדמאן שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' מאנסי.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' שמעי' קעסלער הי"ו - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' משה חיים פריעדמאן הי"ו.
לוי: ר' יעקב יושע אפפעל הי"ו, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
שלישי: הרה"ח ר' שלמה יעקב ניישטאדט הי"ו, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
רביעי: ר' אהרן יעקב רייכמאן הי"ו, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
חמישי: הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.
שביעי: הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו.
אחרון: הרה"ח ר' חיים אלי' טייטלבוים הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' אשר אנשיל גאנדל הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' וואלף אלעזר רייכמאן הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער הי"ו.
נאכן ליינען האט מען געמאכט די מי שברך להמתענין בה"ב.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יושע וואלף מיטטעלמאן הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די בחורים תלמידי שיעור ג' סניף עצי חיים בהנהלת הר"ר מרדכי אהרן זאבעל שליט"א.
במשך די סעודה האבן די בחורים געהאט די געלעגענהייט צו פרעגן שאלות בכמה ענינים בהלכה בהשקפה ובמנהג אויף וואס דער רבי האט געענטפערט און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען:
ברוך ה' יום יום: הב' אהרן צבי לאנדוי ני"ו בן הרה"ג ר' שלום נח שליט"א מווערעצקי פלעטבוש.
ברוך קל עליון: ר' יעקב ברמ"ח
פריעדמאן הי"ו - משגיח בישיבה.
שיר היחוד: (כנהוג בין פסח לשבועות) הב' יחזקאל שרגא טייטלבוים ני"ו בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
נאך די זמירות האט דער רבי געזאגט תורה, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן מדרש לא נתקררה דעתו של איוב און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם ענין צו די לילות האבן משלים געווען די שיעבוד מצרים.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער מנהל הרה"ג ר' מרדכי אהרן שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 3:10.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:25
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' ישראל יעקב בראך הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל בר"א קליינבערגער הי"ו - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' הערשל כ"ץ הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' חיים העלער הי"ו - וומ"ס.
שלישי: הר"ר יודא הורוויץ שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' ישראל יעקב פאללאק הי"ו וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן מדרש 'מעשה ברוכל אחד מאן בעי סמי דחיה' כדי עס זאל שרוי זיין א ברכה דארף זיין פון פארדעם אויף וואס עס זאל חל זיין, און אז מען האט נישט איז דורכדעם וואס מען איז באחדות איין איד מיט די אנדערע איז דא צוויי אידן, איז דא אויף וואס די ברכה זאל חל זיין.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב.
צו מעריב איז צוגעגאנגן: הרה"ח ר' אברהם פילאפף הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:45.
ארום 12:00 איז דער רבי אנגעקומען אויף א קביעות מזוזה אינעם נייעם דריטן לאקאציע פון 'קרית יואל פלייש געשעפט' אינעם נייעם 'אייקאן' ביזנעס צענטער בשכונת ברך משה המורחבת אין ק"י,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה, און דערנאך ארום אינעם גאנצן געשעפט און אין די קאך און אין אלע שטובער און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו - מנכ"ל המוסדות,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם געשעפט,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער עניני שחיטה,
מ'האט געזינגן עטליכע ניגונים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו, און פאר ר' שלמה בר"מ הירש הי"ו און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן 'העלאו לייטינג' געשעפט אונטער די אייגנטומערשאפט פון ר' חיים וואלף פריעדמאן הי"ו,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה, און דערנאך ארום זיך אומגעקוקט אינעם גאנצן געשעפט און אנגעוואונטשן פאר די בעלי בתים ובני משפחתם.
דערנאך איז דער רבי ארויף צום נייעם 'חתונה מאלל' געשעפט אינטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' יואל בר"מ גאלדשטיין הי"ו,
דער רבי איז ארום פאר א לענגערע צייט זיך אומקוקן אין אלע אפטיילונגען פונעם געשעפט,
דערנאך האט דער רבי קובע געווען א מזוזה,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הוצאות פון חתונה מאכן,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעה"ב הרה"ח ר' יואל הי"ו פאר אביו הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו און זיין שווער הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו,
מהאט געענדיגט ארום 12:50 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
א גוטע וואך.
~🌴~