דאנערשטאג תזו"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג תזו"מ=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אשר ארי' ווידער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק און מוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' עזריאל אלימלך לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק און מוהל.
ארום 8:10 איז דער רבי אריבער צום ביהמ"ד משכנות הרועים ווי עס קומט פאר די לימודים דורך מתמידים 'התמדת התורה' יעדע נאכט,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים פאר א שטיק צייט מיט א שטארקע קורת רוח און הנאה און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די מרביצי תורה און באזונדער פארן מנהל הר"ר אליעזר הערשקאוויטש שליט"א.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז ארום 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 10:00 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש און הרה"ח ר' יצחק אייזיק הלוי שווארץ הי"ו, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
א גוטע נאכט.
~🌴~