דאנערשטאג שמיני
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג שמיני=
~כ"ו ניסן - יומא דהילולא קדישא פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט די הונדערטער בחורי הישיבות.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק.
דערנאך האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר דוד זגיל הי"ו.
ב"ר יחיאל דוד פריעדמאן הי"ו.
ב"ר אהרן דוד רובינשטיין הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד און געדאווענט מיט גרויס התעורורות.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לפני עלי' לציון הק',
מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הר"ר אהרן מאיר מייזליש שליט"א - ב"פ.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ודברי הכנה לפני עלי' לציון,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק זה הדבר אשר צוה ה' תעשו וירא עליכם כבוד ה' און ארויסגעברענגט אז רביה"ק בעל הילולא זי"ע האט ביי יעדע זאך אלץ געקוקט אז עס זאל ארויסקומען פון דעם א כבוד ה' און קיינמאל נישט געטוהן קיין פעולות לצורך עצמו, סיי ביי זיין הנהגה פרטית און סיי ביי די הנהגות הקהילה און דאס דארף יעדער טראכטן און ארויסנעמען ביומא דהילולא קדישא, און דער רבי האט אנגעוואונטשן מען זאל אויספועל'ן כל מילי דמיטב.
נאכן מסיבת לחיים ארום 12:30 איז רבינו שליט"א ארויף צום ציון הק' אינאיינעם מיט פילצאליגע תלמידי הישיבה ואנשי שלומינו, ווען דער רבי איז אנגעקומען צום בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכה ברכת מחיה המתים, דער רבי איז אריינגעקומען אין אוהל הק' און געצינדן פינף לעכט מיט א נשמה לעכט, דער רבי האט געזאגט די תפלה שלום עליך המיוחס למרן בעל ישמח משה זי"ע, דער רבי איז געווען בעל תפלה, און געזאגט די קאפיטלעך פון צ' ביז ק''ז כנהוג, און געזאגט די יהי רצון און קדיש, און דערנאך געלערענט משניות און געזאגט קדיש, בשעת דער רבי האט געליינט די קוויטלעך האט מען געזינגן ניגוני התעורורות וואס מען פלעגט צו זינגען בבית מדרשו פון רבינו הק' בעל ההילולא, דערנאך האט זיך דער רבי משטתח געווען אויפן ציון הקדוש פאר א לענגערע וויילע,
מען האט געענדיגט ארום 1:20.
פארנאכטס ארום 7:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן פינף ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לע"נ אביו רביה"ק זי"ע.
נאך מנחה ארום 8:20 האט זיך דער רבי געוואשן צום עריכת שלחן הטהור וסעודת הילולא ומגבית השנתי לטובת כולל עצי חיים,
נאכן זיך וואשן האט דער רבי געמאכט די סיום הש"ס און דערנאך געזאגט קדיש,
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל', דערנאך האט מען אויפגעגעבן די ווייטערדיגע מאכלים,
במשך די גאנצע טיש האט מען געזינגען ניגוני דביקות וגעגעין וואס מען פלעגט צו זינגען בבית מדרשו פון רבינו הק' בעל ההילולא,
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' ברוך ווייס שליט"א - רב דביהמ"ד קניזשא ומתלמידי בעל הילולא זי"ע.
ארום 9:15 האט רבינו שליט"א אנגעהויבן די צענטראלע דברות קודש וחובת השעה און א לענגערע צייט ארומגערעדט במשנת בעל הילולא, און ארויסגעברענגט אז די דרך פון רבותיה"ק זי"ע ולמעלה בקודש אנגעהויבן פונעם ראש השושלתא מרן בעל ישמח משה זי"ע צו משפיע זיין כל טוב דורכן זאגן תורה, און אזוי האט זיך אויך געפירט רביה"ק בעל הילולא זי"ע מיטן זאגן תורה און דרשות אין אלע זמנים,
און ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון רביה"ק די בעל הילולא זי"ע בג' עמודי עולם, איבער זיין גרויסקייט אין תורה סיי זיין התמדת התורה און סיי זיין הרבצת התורה פאר די תלמידים, זיינע הייסע תפילות פארן עמוד, און געווען א אב הרחמן ללבות נשברות און פארטיילט ריזיגע צדקות ביודעים ובלא יודעים, און די עבודת הקודש לחזק ולרומם קהלתינו ומוסדותינו הק' איבער די גארער וועלט, און מחזק געווען די פילע מוסדות עטה"ק אין ארץ ישראל, און אין דעם דארף מען זיך מקשר זיין, ובפרט 'כולל עצי חיים' וואס איז נתייסד געווארן דורך רביה"ק בעל הילולא זי"ע לשמו ולזכרו פון אביו מרן בעל עצי חיים זי"ע און שטייט היינט בנשיאות אחיו הרה"צ רבי שלום אליעזר שליט"א וואס איז נושא בעול מיט א נאמנות און א מסירות טראץ עס קומט אים אן שווער, און מען דארף זען ארויסצוהעלפן מיט וואס מקען, און עס שטיצן ברוח נדיבה,
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די שמחה פון רביה"ק בעל הילולא צו מרחיב זיין די גבולי הקדושה בעיר רבתי קרית יואל און האט אליינס אויפגעשטעלט בנינים לטובת חינוך הבנים והבנות, אזוי אויך מיט זיין ערשטע פעולה תיכף נאך די פטירה פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע ארויסצוברענגען די ישיבה מחוץ לעיר כרצונו פון רביה"ק זי"ע מייסד העיר, און היינט פארשטייט דאס שוין יעדער ווען מען זעט אזעלכע גוטע פירות וואס קומט ארויס פון די ישיבה וואס שטייגט איבער אלע אנדערע ישיבות בכמות ובאיכות בתורה ויראת שמים, חסידות, וכו',
דער רבי האט שטארק ארויסגעברענגט די הרחבת גבולי העיר פון ק"י ווי עס קומען כסדר צו נאך געסער און נאך שכונות, סיי אין ק"י און סיי אין ק"י המורחבת וואס אלע תושבים פירן זיך ווי עס פאסט פאר א תושב ק"י, און ווי רביה"ק בעל הילולא זי"ע האט אלץ געזאגט אז דאס איז נאר א פקדון פון רביה"ק מייסד העיר זי"ע און האפט דאס צו קענען צוריקגעבן בשלימות, און דער רבי האט געזאגט אז רביה"ק זי"ע האט עס צוריקגעגעבן נישט נאר בשלימות נאר אסאך מוסיף געווען, און פון נאך די פטירה פון אביו איז מען ווייטער א מצווה ועומד מוסיף צו זיין וויפיל מען קען בגשמיות וברוחניות, און מען שטייט על המשמר צו מלחמה האלטן מיטן יצר הרע וואס לאזט קיינמאל נישט מנוחה,
און דער רבי האט אויפגעפאדערט די תושבי העיר אז מען דארף זען אז עס זאל זיין צוגעשטעלט בתי מדרשים און מורה הוראה אין יעדע נייע געגענט, סיי אין ק"י און סיי אין ק"י המורחבת עס זאל זיין מעלין בקודש ולא מורידין, מען זאל מוסיף זיין בג' עמודי עולם, תורה, תפילה, וגמילות חסדים,
אויך האט דער רבי אויפגעפאדערט אלע אנשי שלומינו צו שיקן די קינדער און בחורים נאר אין אונזערע ישיבות מיט אונזער השקפה און זיך נישט האלטן קלוגער ווייל אז נישט באדויערט מען עס שפעטער און מען האט חרטה,
דער רבי האט ממשיך געווען רעדענדיג איבער קרית יואל וואס איז א עיר רבתי - רבתי בדעות מיט אסאך מיינונגען אבער דאס דארף יעדער וויסן אז איינער וואס איז נישט בהשקפה אחת מיט רביה"ק מייסד העיר זי"ע אין אלע ענינים האט נישט וואס צו עפענען א ביהמ"ד אין שטאט ק"י, און דאס איז אויך נוגע פאר א מנהיג וואס גייט צום כותל המערבי וואס איז בניגוד צום דעת פון רביה"ק זי"ע איז דאס אן עזות צו עפענען א ביהמ"ד אין שטאט וואס איז נקראת על שמו, סיי אין ק"י און סיי אין ק"י המורחבת, עס איז נישט קיין יושר און איז נגד השכל,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע אויפטוהן די לעצטע יאר צייט בנוגע די דירות פרייזן אין ק"י און ברוך השם מען זעט עס אן, און עס בויען זיך יעצט הונדערטער דירות פאר די ביליגע פרייזן, ואני על משמרתי אעמודה און וועל שטיין על המשמר אז די פרייזן זאלן בלייבן ביי 300 דאלער א סקווער פיס אין ק"י, און 250 דאלער א סקווער פיס אין ק"י המורחבת, ובפרט נאך וואס די מציאות איז אז צו בויען א דירה אין ק"י המורחבת קאסט אונטער 150 דאלער א סקווער פיס! וואס דאס מיינט אז מיט די יעצטיגע ביליגע פרייזן מאכט מען נאך אלץ אסאך געלט! עס איז דא א גבול וויפיל געלט מען קען ארויסקוועטשן פון מענטשן, און אינוועסטערס וואס ווילן מאכן געלט זאלן גיין צו אנדערע מקומות און דארט מאכן אסאך געלט, און דער רבי האט מזכיר געווען לטובה די אלע בויערס וואס האבן זיך צוגעשטעלט צו די תקנות וישלם ה' פעלם, און אזוי אויך די חברי ועד הדירות וואס גאנץ ק"י איז זיי שולדיג א הכרת הטוב,
דער רבי האט מסיים געווען ארומרעדענדיג איבער די ביטערע מצב בארה"ק מיט די גזירות גיוס בני ישיבות וואס מען דארף רחמי שמים מרובים, און איבער די פילע פעולות לטובה פון 'מרכז עזרה ויעוץ' צו ראטעווען טויזענטער בני ישיבות פונעם מיליטער,
אזוי אויך דא אין ניו יארק דארף מען אויך רחמי שמים מרובים צו ניצל ווערן פון די גזירות החינוך מען זאל קענען ממשיך זיין צו מחנך זיין די קינדער עד המסורה לנו, און דער רבי האט פארענדיגט בברכת קדשו.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. שליט"א.
נאכן סעודת הילולא האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב אין חדר אברהם יודא, און צוגעגאנגען צו ספירה צום עמוד.
מען האט געענדיגט ארום 10:30.
"זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל".
א גוטע נאכט.
~🌴~