זונטאג וילך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
זונטאג וילך
רבינו שליט''א איז אריין געקומען צו סליחות ארום 5:45 אין בית מדרש הגדול.
בעל תפלה: הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א - מנה"ר ישיבה גדולה שיעור ד'.
מען האט געענדיגט ארום 6:25.
נאך סליחות איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין הירש ג"ב לאנדא אויף די ראצפערט גאס מיט די כיתות ו'ז'ח' בהנהלת הר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר נכדו הב' הבר מצוה חנני' יו"ט בן הגה"צ רבי יואל שליט"א רב דביהמ"ד בית ברוך.
און פאר די בר מצוה בחורים ב"ר יעקב מארקאוויטש,
ב"ר יואל ליכטנשטיין,
ב"ר מאיר יודא אייזנבאך,
דערנאך האט דער רבי געלייגט די כריכות פאר נכדו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט די פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג ,
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי די קינדער האבן פארגעזינגן חריזים דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש און דערנאך אנגעווינטשן פאר די ב"מ בחור און פאר אלע קינדער.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:30 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
ארום 7:30 איז דער רבי אנגעקומען אין די זאל פון כינור דוד צו די שמחת הבר מצוה פון נכדו הבחור הבר מצוה חנני' יו"ט בן הגה"צ רבי יואל שליט"א רב דביהמ"ד בית ברוך.
מען האט מקבל געווען דעם רבי'ן בשירה וזמרה
דער רבי האט זיך געוואשן, נאך די פיש האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר די בר מצוה בחור און פאר אלע אנוועזנדע, דערנאך האט די בר מצוה בחור געזאגט די פשעטיל.
ביי די זופ האט אויפגעטרעטן הגה"צ רבי יואל שליט"א,
ביי די פלייש האט אויפגעטרעטן די זיידע הגה"צ אב"ד בערטש שליט"א,
נאך די פלייש האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט ארומגערעדט די שייכות פון תפילין מיט יציאת מצרים און יציאת מצרים צו ראש השנה.
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ווארעמע ברכות פאר די בר מצוה בחור און פאר הגה"צ רבי יואל שליט"א און פאר אלע פארזאמעלטע.
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען די בר מצוה בחור מיט ברכת המזון.
מען האט געענדיגט ארום 8:40
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' יעקב אקער ובניו מיט הרה"ג ר' עמרם כהן שליט"א וועלכע זיצן שבעה נאך די פטירה פון אשתו /אמם /אחותו
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:15 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
א גוטע נאכט
~🌴~