מיטוואך - יום ב' דחוה"מ פסח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך - יום ב' דחוה"מ פסח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמעון לעבאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:15.
בעל תפילה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.
צו הלל איז דער רבי צוגעגאנגען.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
פתיחה: הרה"ח הישיש ר' נפתלי לעבאוויטש הי"ו - וומ"ס, און הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו - וומ"ס,
כהן: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו - וומ"ס,
לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר יואל קויפמאן הי"ו - משמש.
הגבה: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו.
רביעי: רבינו שליט"א,
הגבה: הרה"ג ר' יחזקאל שרגא לאקס שליט"א - מו"ץ.
גלילה: הר"ר אברהם מנחם שווארטץ שליט"א - ב"פ.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר אברהם שמשון הורוויץ שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:00 אזייגער.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יודא נתנאל מאשער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד רב טוב, לרגל די שמחת החאלאקע פון בנו הילד שלום אליעזר ני"ו,
דער רבי האט אפגעשוירן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א און פאר אביו חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א און פאר די גאנצע משפחה.
ארום 6:00 אזייגער איז הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א - אב"ד נייטרא מאנסי, אריבערגעקומען צו רבינו שליט"א אויף א ביקור חג,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע ידידות'דיגע שמועס פאר קרוב צו א שעה צייט ווי מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע אינטערסאנטע שאלות וואס האבן זיך געמאכט דעם יו"ט פסח און א שיינע שמועס בעניני שחיטה,
דער רבי האט אים געגעבן די ספרו החדש לב אהרן מועדים - פסח און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביזן גאס.
ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
און ארום 9:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מעריב,
נאך מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
ארום 10:15 איז געקומען אויף א באזוך הרה"ג ר' אהרן מרדכי בריסק שליט"א - דומ"ץ טאשנאד מאנסי,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע הלכה'דיגע שמועס בכמה ענינים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
א גוטן מועד.
~🌴~