מיטוואך צו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך צו=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ישראל בודק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם יודא וויינפעלד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' הערשל ברי"ד שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אהרן נפתלי שטוהל הי"ו.
ב"ר חיים אייכלער הי"ו.
ב"ר יודל פריעדמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 7:50 איז דער רבי אנגעקומען בבית מדרשינו החדש בשכונת קדושת לוי (בריגעדאן) אין קרית יואל המורחבת צום מעמד 'קביעות מזוזה וחנוכת הבית' לרגל פתיחת הביהמ"ד לקראת יו"ט פסח,
דער רבי איז צום ערשט ארום אינעם גאנצן ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט און אראפ צום אינטערשטן שטאק זיך אומקוקן אויף די בוי ארבעט ביי די מקוה און דערביי געהערט א באריכט פון הר"ר בערל מרגליות שליט"א - יו"ר וועד הרחבת גבולי העיר איבער די ווייטערדיגע פלענער צו פראכטפול פארענדיגן די גאנצע ביהמ"ד און די מקוה,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
עס האט אויפגעטרעטן הר"ר בערל מרגליות שליט"א און הרה"ח ר' יעקב ראטענבערג הי"ו בשם די תושבי השכונה,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די אנוועזנדע רבנים פון די דערנעבענדיגע שכונת דזשעפערסאן הר"ר יואל ברש"נ ווייס שליט"א און הר"ר יואל פארקאש שליט"א און די אנוועזנדע ראשי הקהילה,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - מראה"ק, וועלכע האט ארויסגעברענגט אז די ביהמ"ד איז שוין די 26'סטע ביהמ"ד! פון קהלתינו הק' אין ק"י,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט די שמחה פון באנייען א ביהמ"ד וואס וועט אי"ה בקרוב ארויפגיין קיין ירושלים, און מעורר געווען די תושבי השכונה זיך צו פירן אלעס ווי תושבי ק"י און נישט טראכטן אז מען האט זיך אוועקגעצויגן פון ק"י נאר אדרבא מען פארברייטערט ק"י, און דערביי האט דער רבי קורא שם געווען פארן שכונה מיטן נאמען 'שכונת קדושת לוי' און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די נדבנים און עסקנים ובפרט פאר הר"ר בערל מרגליות שליט"א וואס שטייט בראש פון די וועד הרחבת גבולי העיר צו פארזיכערן אז מען שטעלט אוועק אלע רוחניותדיגע געברויכן אין אלע שכונת אין ק"י המורחבת.
מען האט געזינגען ניגוני שמחה לכבוד המאורע, און דערביי האט דער רבי אויסגעשריבן א טשעק פון אכצן טויזענט דאלער לטובת הביהמ"ד און עס איבערגעגעבן פאר הר"ר בערל מרגליות שליט"א,
דערנאך האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג, אויפן וועג ארויס האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' חיים אלעזר הורוויץ הי"ו - מראשי הנהלת הביהמ"ד פארן זיך אוועקגעבן יומם ולילה צו פארענדיגן די ביהמ"ד אויף יו"ט פסח,
מען האט געענדיגט ארום 8:30.
דערנאך איז דער רבי אריבער בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי עס וועט פארקומען די מצות באקן ערב פסח דורך רבינו שליט"א,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט פאר א לענגערע צייט אויף די סדר האפיה בשעת א חבורה האט דארט געבאקן מצות און אנגעוויזן פארשידענע הוראות צו טוישן אויף ערב פסח.
זמני כניסה איז געווען פון 9:00 אזייגער ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:00 אזייגער איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען א 'מסיבה הכנה ליו"ט פסח' פאר די בחורים יתומים פון קהלתינו הק',
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט משמיע געווען לענגערע דברי חיזוק והדרכה לקראת יו"ט פסח און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע בחורים,
דערנאך זענען אלע בחורים אריבער און דער רבי האט פארטיילט פאר יעדעם געבענטשטע מצות מיט א הגדה לב אהרן און אנגעוואונטשן ברכת קדשו און עקסטער אנגעוואונטשן פאר די עסקנים וועלכע האבן ארגענאזירט די מסיבה, מען האט געענדיגט ארום 10:20.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~