דינסטאג צו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג צו=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם העכט הי"ו.
ב"ר שלמה איצקאוויטש הי"ו.
ב"ר חיים יקותיאל האלפערט הי"ו.
ב"ר נפתלי יוסף מענדלאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל שאלאמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נאך מנחה זענען אריין בקודש פנימה עסקני ועד הרחבת גבולי העיר אינאיינעם מיט הנהלת ביהמ"ד החדש דקהלתינו הק' אין די בריגעדאן געגענט אין ק"י המורחבת מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די פתיחת הביהמ"ד וואס עפענט זיך אויף דעם יו"ט פסח,
דער רבי האט אויסגעפרעגט אלע פרטים פון די ביהמ"ד און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה,
ביים אנקומען קיין וומ"ס איז דער רבי צום ערשט אנגעקומען אויף א קביעות מזוזה אינעם נייעם פראכטפולן ביהמ"ד 'אור החיים ריבניץ' נדבת הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו,
דער רבי האט צום ערשט קובע געווען א מזוזה און דערנאך אריין אינעם ביהמ"ד ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אינעם גאנצן ביהמ"ד,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס ווי מען האט ארומגערעדט איבער די פילע פעולות צדקה וחסד פון הנגיד ר' יואל הי"ו ובפרט די גרויסע חלוקות אין וומ"ס לכבוד יו"ט פסח און אזוי אויך די גרויסע נדבה פארן בנין הכנסת אורחים 'בנין לאנדא' בעיר האבות סיגוט יע"א, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו מייסד ופטרון הביהמ"ד, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך איז פארגעקומען א שמועס אויף א פריוואטע פארנעם ווי הנגיד ר' יואל הי"ו האט זיך אינטערגענומען צו מנדב זיין דעם ריזן סכום פון פינף מיליאן דאלער אפצוקויפן די זכות פונעם נייעם חתונה זאל וואס ווערט געבויעט אינעם נייעם בנין הבית רחל 'בנין קליין' אין ק"י, און עקסטער א ריזן סכום לטובת די מקוה טהרה אין ק"י, און דער רבי האט אים ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אין די נייע אפיסעס פון די P&G אינשורענס פירמע אין וומ"ס אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' בערל פערלשטיין הי"ו און הרה"ח ר' יקותיאל יודא פאוועל הי"ו,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך געמאכט א לחיים,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די בעלי בתים הרה"ח ר' בערל הי"ו און הרה"ח ר' יקותיאל יודא הי"ו און פאר אלע איינגעשטעלטע.
זמני כניסה איז געווען פון 9:15 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' פנחס פריעדמאן שליט"א - ראש הכוללים דחסידי בעלזא בארה"ק,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים און חומרות אום פסח און הרה"ג ר' פנחס שליט"א האט געגעבן פאר רבינו שליט"א זיין נייע הגדה בשבילי פנחס און דער רבי האט געגעבן הגדה לב אהרן און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 אזייגער און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~