מאנטאג צו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג צו=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב ברש"מ פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל הילמאן דאווידאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
ביי שחרית איז אנוועזנד געווען כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א לרגל די שמחת הברית פון נכדו וועלכע איז פארגעקומען נאך שחרית.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יוסף מאיר כ''ץ הי"ו.
ב"ר אברהם שמעון מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל ברא"י ווייס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל הרב שמואל מנחם הורוויץ שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל,
מיט ברכות וקריאת השם האט דער רבי מכבד געווען די זיידע האדמו"ר מספינקא שליט"א.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בחדר אברהם יודא,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר האדמו"ר מספינקא שליט"א, פארן בעל ברית, פאר די בר מצוה בחורים, און פארן גאנצן ציבור,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו האט געמאכט די מי שברך פאר רבינו שליט"א.
נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' יושע העשיל דרעזדנער ע"ה.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס איז דער רבי ארויף אויף קביעות מזוזה בביתו החדש פון נכדו הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א,
דער רבי האט צום ערשט קובע געווען א מזוזה און דערנאך געמאכט א לחיים,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר נכדו הרב ברוך שליט"א, פאר חדב"ן הגה"צ שליט"א און פאר די גאנצע משפחה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:45 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 אזייגער און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~