שבת קודש פרשת פקודי - שבת החודש - מבה"ח ניסן
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת פקודי - שבת החודש - מבה"ח ניסן=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן אהרן ב"ר חיים יוסף ראזענפעלד הי"ו, און החתן יצחק יחיאל ב"ר שמואל שטערן הי"ו.
ארום 7:55 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א - מנהל בית רחל, בשם די הנהלת המוסדות לאור די 'ביומו תתן שכרו' קאמפיין דורך מוסדותינו הק' ק"י.
קבלת שבת: הרה"ג ר' יושע צבי יאזשעף שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' ב"ב.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:30.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא תושבי ק"י, און תלמידי ישיבה קטנה ויואל משה פון ב"פ בהנהלת הר"ר יצחק אהרן גרין שליט"א,
אויך האבן מיטגעגעסן די רבני ולומדי כוללינו בארה"ק כולל למציונים ויואל משה אין ירושלים עיה"ק און כולל עצי חיים אין ב"ב אין שפיץ פון די ראשי הכוללים ורבני קהלתינו הק' וועלכע זענען ספעציעל געקומען צופארן אויף שב"ק 'שבת החודש' בצל הקודש פון רבינו שליט"א לקראת די 'מעמד כבוד התורה וחלוקת המעות' וועלכע קומט פאר דעם זונטאג ויקרא בראשות רבינו שליט"א.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' יואל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' חיים מרדכי טייטלבוים שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א.
פאר די פיש האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'אלה פקודי המשכן' אויף וואס דער אוהב ישראל זאגט אז די ראשי תבות און די סופי תבות זענען בגי' 'מקוה', און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז אויב גייט מען אין מקוה וואס דאס אז א מקוה איז מטהר איז א חק בלי טעם דאן ניצט אויך תשובה וואס דאס אז תשובה ניצט איז אויך א חק בלי טעם, און דער רבי האט שטארק מעורר געווען די תלמידי ישיבה קטנה אז מען זאל זיך צוגעוויינען צו גיין אין מקוה אינגערהייט אזוי וועט דאס בלייבן אין געוואוינהייט אויף אייביג.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' חיים מרדכי טייטלבוים שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יחיאל מיכל פריעדמאן שליט"א - דומ"ץ קהלתינו הק' ב"ב.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אלה פקודי המשכן און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון דרשינן טעמא דקרא.
קה אכסוף: הר"ר אשר רובין שליט"א מטאמשוב - ר"מ בישיבה קטנה ב"פ.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן אוהב ישראל זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דאנערשטאג ה' ניסן.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' אברהם שלמה כ"ץ שליט"א - אב"ד ריסקעווע ומרבני קהלתינו ב"ב.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' שמואל עקשטיין שליט"א - מו"ץ בהעדה החרדית ומרבני קהלתינו הק' ירושלים.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:40.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יצחק אהרן גרין שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית ויוצר,
מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו און הרה"ח ר' אברהם ביקעל הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' שמעון דוב בראנדסדארפער שליט"א - מראשי כוללינו בירושלים.
כהן: הרה"ג ר' אברהם שלמה כ"ץ שליט"א, און נאכן עולה זיין גומל געבענטשט און מוצא געווען אלע געסט פון ארה"ק,
לוי: החתן יוסף אלי' ב"ר יואל בר"מ ווערצבערגער הי"ו - באווארפען.
שלישי: הרה"ג ר' מיכל פריעדמאן שליט"א.
רביעי: החתן אהרן ב"ר חיים יוסף ראזענפעלד הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן אייזיק ליפא ב"ר יצחק שלמה פאלאטשעק הי"ו - באווארפען.
שישי: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
שביעי: החתן חיים משה בהר"ר יעקב הלל ליכטענשטיין שליט"א - באווארפען.
הוספות: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו.
הרה"ג ר' חיים מרדכי טייטלבוים שליט"א.
אחרון - חזק: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו - וומ"ס.
הגבה: הרה"ג ר' יעקב שלמה כהנא שליט"א - אדמו"ר מזידטשוב ירושלים.
גלילה: הרה"ג ר' משה כהנא שליט"א - מראשי כוללינו ירושלים.
מפטיר - קריאת פרשת החודש האט דער רבי עולה געווען.
הגבה: הרה"ג ר' שמואל עקשטיין שליט"א.
גלילה: הרה"ג ר' משה יוסף שפילמאן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' ירושלים.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' בנימין משה כהן הי"ו.
ר' אלי' גאטליעב הי"ו.
ר' אלי' הערשקאוויטש הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לכבוד שבת החודש,
מען האט געזינגען ביי די פיוטים כנהוג.
פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר אהרן וועבער שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה ב"פ.
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:50.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר יואל היימליך שליט"א - ב"ב.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הר"ר עמרם ראטער שליט"א - ירושלים.
כהן: הר"ר דוד כהן שליט"א - ב"ב.
לוי: הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א - דומ"ץ קהלתינו הק' מאנטריאל.
שלישי: הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטענשטיין שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' ישעי' בנימין שפילמאן הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק החודש הזה לכם ראש חדשים און ארויסגעברענגט אז די סיבה פארוואס עס ניצט תשובה און מען זאגט נישט אז נראה ונדחה אינו חוזר ונראה איז וויבאלד מען איז מקושר צו יעקב אבינו וואס 'יעקב אבינו לא מת' במילא איז דא א חיות דקדושה און א בעל חי ווערט נישט נדחה, אבער כדי מען זאל זיך קענען מקשר זיין צו יעקב אבינו דארף מען נזהר זיין במידת האמת וואס דאס איז יעקב אבינו'ס מדה און נאר דעמאלטס קען מען יונק זיין פון די חיות דקדושה פון יעקב אבינו,
און דער רבי האט מאריך געווען איבער די גנות פון מידת השקר און נאכגעזאגט פונעם הייליגן חתם סופר אז מצה ווייזט אויף מידת האמת און מצה איז משפיע אמת, און אין דעם זכות וועט מען זוכה זיין צו תשובה שלימה און אזוי זוכה זיין צו די גאולה השלימה.
ידיד נפש: הר"ר זלמן לייב הירש שליט"א - ירושלים.
קל מסתתר: הר"ר הערשל ברוין שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה ב"פ.
שושנת יעקב: הרה"ח ר' יעקב יאזשעף הי"ו - ב"ב.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגן לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית ברכה סימא ע"ה אשת חבר הרה"ק בעל עצי חיים זי"ע וואס געפאלט דעם דאנערשטאג ה' ניסן.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:10.
ארום 11:30 זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש די תלמידי ישיבה קטנה ויואל משה פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש,
דער רבי האט משמיע געווען קורצע דברי הדרכה און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
א גוטע וואך.
~🌴~