דאנערשטאג פקודי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג פקודי=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם יושע העשיל פריעדמאן ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל הר"ר יחזקאל שרגא ברי"א שטיין שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אהרן מאנן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ברוך סימאן הי"ו.
ב"ר דניאל מאסרי הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט די אכטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מתוך אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה,
צום סוף האט דער רבי ממשיך געווען מיט דברי הכנה לקראת יו"ט פסח הבעל"ט און מעורר געווען אלע בחורים זיך צוצוגרייטן צום יו"ט פסח מיטן לערנען חסידישע ספרים, מען זאל נישט אריינפאלן אינעם סדר נאכט, נאר פארשטיין אלע מצות החג,
און דער רבי האט געזאגט אז מען האט געמאכט א סדר צו לערנען ספה"ק דרך פיקודיך פונעם הייליגן בני יששכר זי"ע וואס לייגט זייער שיין אראפ אלע מצות החג און עס איז כדאי עס אדורכצולערנען, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל סיום הזמן,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע תלמידי הישיבה.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
ארום 11:00 אזייגער זענען אריין בקודש פנימה א געקליבענע צאל מרבני ולומדי כוללינו בארה"ק כולל עצי חיים אין ב"ב און כולל למציונים ויואל משה אין ירושלים עיה"ק אין שפיץ פון די ראשי הכוללים וועלכע זענען ספעציעל געקומען צופארן אויף שב"ק 'שבת החודש' בצל הקודש פון רבינו שליט"א לקראת די 'מעמד כבוד התורה וחלוקת המעות' וועלכע קומט פאר דעם זונטאג ויקרא בראשות רבינו שליט"א נדבת הרבני הנגיד ר' משה יעקב יוסף בראך הי"ו,
צום ערשט איז דער גאנצער ציבור אריבער שלום נעמען און דער רבי האט מכבד געווען די ראשי הכוללים שליט"א זיך אראפצוזעצן,
עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס בהלכה אין פארשידענע מקצועות התורה וואס מען לערנט אין כולל און בפרט פארשידענע שאלות וואס מאכן זיך אום יו"ט פסח, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו, מען האט געענדיגט ארום 11:30.
אויך איז אריין בקודש פנימה הר"ר ברוך פנחס שיק שליט"א בן האדמו"ר מאוסטראה שליט"א פון מאנסי,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און הר"ר ברוך פנחס שליט"א האט געגעבן פאר רבינו שליט"א די נייע בלאזוב'ע הגדה וואס ער האט נארוואס ארויסגעגעבן מיט די תורות פון זקיניו האדמורי"ם מבלאזוב זצ"ל,
דער רבי האט מעיין געווען פאר א לענגערע צייט און ארומגערעדט איבער הרה"ק בעל צבי לצדיק מבלאזוב זי"ע און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~